די מעלדונג די וואָך, אַז די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מיטלשול SAR, אין ריווערדייל, וועט דערלויבן אירע תּלמידות צו לייגן תּפֿילין, און אַז די רמ״ז־שול אין מאַנהעטן, דערלויבט עס שוין זינט די 1990ער יאָרן, גיט אָנצוהערן וועגן אַ וואַקסנדיקן שפּאַלט בײַ פֿרומע ייִדן.
די שולן, און אַ צאָל אַנדערע ליבעראַלע אָרטאָדאָקסישע ייִדן, באַרעכטיקן דעם נײַעם שריט, זאָגנדיק, אַז אַפֿילו די טעכטער פֿון רש״י, דער באַרימטער פֿראַנצייזישער רבֿ פֿון מיטל־אַלטער, האָבן, אַ פּנים, געלייגט תּפֿילין.
צענדליקער יאָרן לאַנג איז די אָרטאָדאָקסישע באַוועגונג באַשטאנען פֿון אַ פֿאַרשידנאַרטיקער באַפֿעלקערונג — פֿון חסידים מיט לאַנגע בערד צו פֿרויען וואָס טראָגן דזשינס און קורץ־אַרבלדיקע העמדער. פֿאַראייניקט האָט זיי די איבערגעגעבנקייט צו דער הלכה. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט זיך אָבער באַוויזן אַ וואַקסנדיקער שפּאַלט איבער איין ענין: די ראָלע פֿון פֿרויען.
דער באַשלוס בײַ SAR צו דערלויבן די תּלמידות צו לייגן תּפֿילין איז בלויז די לעצטע אַנטוויקלונג אויף דעם פֿראָנט. פֿאַראַיאָרן האָט הרבֿ אַבֿי ווײַס, אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ אין ריווערדייל, באַשלאָסן צו געבן פֿרויען סמיכה. אַ צאָל אָרטאָדאָקסישע מנינים איבערן לאַנד האָבן אויך לעצטנס אָנגעהויבן אויסטײַטשן דעם דין אויף אַ נײַעם אופֿן, און דערלויבט פֿרויען אָנצופֿירן מיט געוויסע טיילן פֿונעם דאַוונען, אַזוי לאַנג ווי זיי זענען נישט עובֿר אויפֿן דין: לייענען תּורה, באַקומען עליות צו דער תּורה, אָדער אָנפֿירן מיט די ערשטע פֿרימאָרגן־תּפֿילות פֿון פּסוקי דזימרה.
ס׳איז שווער צו וויסן, ווען האָט זיך דאָס אַלץ אָנגעהויבן. קאָן מען זאָגן, אַז דאָס עפֿענען די ערשטע „בית־יעקבֿ שול‟ פֿאַר מיידלעך, אין פּוילן, אין יאָר 1917, איז געווען דער ערשער טראָט, צום ברעכן דעם טראַדיציאָנעלן פֿאַרווער קעגן לערנען מיידלעך תּורה? הגם אַ סך ייִדן האָבן זיך לכתּחילה אַנטקעגנגעשטעלט דער שול, האָט דער „חפֿץ־חיים‟ דעמאָלט געטענהט, אַז מע מוז געבן די מיידלעך אַ ייִדישע דערציִונג, ווײַל אויב נישט, וועלן זיי נישט קענען דערציִען קיין ייִדישע קינדער, און דאָס האָט די קעגנער אַ ביסל באַרויִקט.
אין אַמעריקע איז אַ וויכטיקער ווענדפּונקט פֿאָרגעקומען אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, ווען די אָרטאָדאָקסישע שולן האָבן אָנגעהויבן לערנען מיידלעך גמרא. ווען הרבֿ יוסף סאָלאָווייטשיק, דער מנהל פֿון דער „רמבם־שול‟ אין באָסטאָן, האָט דערלויבט די לערער צו לערנען די תּלמידות תּלמוד, האָט עס געעפֿנט די טיר צו אַ נײַעם צוגאַנג וואָס שייך דער ראָלע פֿון פֿרומע פֿרויען.
אין די אָנהייב־1980ער יאָרן האָט דער ישיבֿה־אוניווערסיטעט דערלויבט פֿרויען זיך צו לערנען תּלמוד אין זײַן פֿרויען־אָפּטייל, סטערן־קאָלעדזש, און אין 2009 האָט סטערן געגרינדעט אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם פֿון תּנ״ך און תּלמוד. אַ צווייטער אָרטאָדאָקסישער לערן־אינסטיטוט, „דרישה‟, פֿירט שוין זינט 1984 אַ פֿול־צײַטיקן כּולל פֿאַר פֿרויען.
ביז איצט האָט מען נישט געזען קיין גרויסע מחלוקתן צווישן די פֿאַרשידענע סעקטעס פֿון דער אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסישער קהילה, און ס׳איז בכלל נישט געווען קיין חידוש, צו זען אַ חרדישן ייִד דאַווענען אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל, אָדער פֿאַרקערט. (ביידע גרופּעס וואָלטן נישט געדאַוונט אין קיין קאָנסערוואַטיווער אָדער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע.)
אָבער איצט, אַז די ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישע שיטה הייבט אָן געבן פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע אין דער שיל, זעט אויס, ווי עס קאָן אין גיכן פֿאָרקומען אַ בולטער שפּאַלט צווישן דעם טראַדיציאָנעלן און ליבעראַלן לאַגער פֿון דער אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסיע. טאַקע דערפֿאַר האָט אַבֿי ווײַס׳ ליבעראַלער רבנים־סעמינאַר, „ישיבֿת חובֿבֿי תּורה‟, לעצטנס אַרויסגערופֿן אַזוי פֿיל אָפּאָזיציע, סײַ פֿונעם „אַמעריקאַנער רבנים־ראַט‟ (RCA), סײַ פֿונעם ישׂראלדיקן הויפּט־ראַבינאַט.
די קשיא וועגן צוטיילן די פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע האָט נישט בלויז אַ שײַכות מיט לייגן תּפֿילין אָדער לייענען פֿון דער תּורה, נאָר אויך מיט דער פֿראַגע, צי מעג אַ פֿרוי דינען ווי דער פּרעזידענט פֿון אַ שיל? מעג זי טאַנצן מיט דער תּורה שׂימחת־שׁורה?
דער ענטפֿער אויף די פֿראַגעס דערוואַרט מען פֿון די צוקונפֿטדיקע פֿירער פֿון דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג. זיי אַליין וועלן קאָנען העלפֿן צו באַשליסן, צי די נײַע ענדערונגען וועלן מיט דער צײַט אָנגענומען ווערן בײַ ס׳רובֿ אָרטאָדאָקסישע שילן, אָדער זיי וועלן פֿאַרבלײַבן אַ קליינע, אומרעלעוואַנטע פֿראַקציע אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.