אינעם ייִדישן מוזיי הייבן זיך איצט אָן צוויי אינטערעסאַנטע ציקלען רעפֿעראַטן.
דער ערשטער ציקל, וואָס הייבט זיך אָן מאָנטיק, וועט זײַן אַרום ייִדישע שפּראַכן. אין די באַגעגענישן וועט מען רעדן וועגן דעם שײַכות צווישן ייִדישע שפּראַכן און דער ייִדישער אידענטיטעט; וואָס עס איז גענוי אַ ייִדישע שפּראַך און מיט וואָס איז זי אַנדערש; וועגן דער קולטורעלער ירושה פֿון די שפּראַכן — אי די געשריבענע, אי די מינדלכע, און וועגן דער געשיכטע און אַנטוויקלונג פֿון די שפּראַכן און זייערע קולטורן.
דעם ערשטן רעפֿעראַט וועגן העברעיִש וועט געבן מיריי הדס־לעבעל (Mireille Hadas-Lebel) פֿון דער סאָרבאָנע. אין די קומענדיקע באַגעגענישן וועט דזשעפֿרי כאַן (Geoffrey Khan) רעדן וועגן אַראַמיש, יצחק ניבאָרסקי וועגן ייִדיש, ניקאָלאַס דע לאַנזש (Nicholas de Lange) וועגן ייִדיש־גריכיש, מאַרי־קריסטין וואַראָל (Marie-Christine Varol) וועגן דזשודעזמע, און אַהרון מאַמאַן וועגן ייִדיש־אַראַביש.
אינעם צווייטן ציקל וועלן 5 ספּעציאַליסטן פֿון דער קבלה אַנאַליזירן דעם נײַעם אינטערעס וואָס די ייִדישע מיסטיק דערוועקט בײַ די וויסנשאַפֿטלער זינט די פֿאָרש־אַרבעטן פֿון גרשום שלום, און דעם אַלגעמיינעם אינטערעס אין דער טעמע אי בײַ ייִדן, אי בײַ נישט־ייִדן. זיי וועלן רעדן וועגן דעם שײַכות צווישן קבלה און געזעץ, און ווי אַזוי דער אינטערעס אין מיסטיק קומט צום אויסדרוק אין פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות.
דער „רש”י־צענטער‟ אָרגעניזירט אַ פּראָגראַם אַרום דער ייִדיש־מאַראָקאַנישער קולטור אין אָנדענק פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פּראָפֿעסאָר חיים זאַפֿראַני (Haïm Zafrani), וואָס איז אַליין געווען פֿון ייִדיש־מאַראָקאַנישן אָפּשטאַם און האָט זיך ספּעציאַליזירט צווישן אַנדערן אין דער ייִדיש־אַראַבישער קולטור, דער עיקר, אין מאַראָקאָ; און אין באַציִונגען צווישן ייִדן און מוסולמענער. די פּראָגראַם איז קורץ, אָבער זייער רײַך. זי נעמט אַרײַן דעבאַטעס, פֿילם־פּראָיעקציעס און אַ קאָנצערט פֿונעם מוזיקער שמעון עלבאַז (Simon Elbaz), אַ גרויסער ספּעציאַליסט פֿון דער ייִדיש־אַראַבישער קולטור פֿון אַנדאַלוסיע און צפֿון־אַפֿריקע.
אינעם טעאַטער MC93 וועט מעט אין אַ פּאָר טעג אַרום קענען זען ריימאָנד פֿעדערמאַנס (Raymond Federman) פּיעסע “La Voix dans le débarras” וואָס מע קען אפֿשר איבערזעצן אויף ייִדיש ווי “דאָס קול אין האַנטשטיבל”. ריימאָנד פֿעדערמאַן איז געווען אַ פֿראַנצייזיש־אַמעריקאַנער שרײַבער און ליטעראַטור־פֿאָרשער, וואָס האָט געשריבן אי אויף ענגליש, אי אויף פֿראַנצייזיש. די דאָזיקע פּיעסע איז באַזירט אויף זײַנס אַ ראָמאַן, וואָס ער האָט פּובליקירט אויף ביידע שפּראַכן אין 1979. אינעם ווערק זענען דאָ עטלעכע שטימען, וואָס דערציילן די מעשׂה פֿון פֿעדערמאַנס קינדער־יאָרן בשעת דער מלחמה. בשעת דער גרויסער אַקציע פֿון ווינטער־וועלאָדראָם אין יולי 1942, וואָס איז אין פֿראַנקרײַך באַקאַנט אונטערן נאָמען rafle du Vel’ d’Hiv’, האָט פֿעדערמאַנס מאַמע אים אַרײַנגעשטופּט אין אַ האַנטשטיבל און געזאָגט ער זאָל למען־השם זײַן שטיל. דאָס זענען געווען די לעצטע ווערטער וואָס ער האָט געהערט פֿון איר. מער ווי 13,000 ייִדן זענען דעם טאָג אַרעסטירט געוואָרן, צווישן זיי פֿעדערמאַנס גאַנצע משפּחה, וואָס שפּעטער זײַנען אַלע קרובֿים געשטאָרבן אין די לאַגערן.
נישט לאַנג נאָך דער מלחמה האָט פֿעדערמאַן אימיגרירט קיין אַמעריקע. ער האָט דאָרטן שטודירט ליטעראַטור און גענומען שרײַבן אַליין. זײַן סטיל איז שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון סאַמועל בעקעט, וואָס זײַנע ווערק האָט ער געפֿאָרשט.
ער האָט אַ סך געשריבן צוויי־שפּראַכיק און זיך געשפּילט מיט צונויפֿמישן פֿאַרשיידענע מינים שרײַבן און סטילן.
די פּיעסע איז אַן איבעראַרבעטונג פֿון דער רעזשיסאָרקע Sarah Oppenheim. מע קען זי זען ביזן מיטן פֿעברואַר.
עס איז אַרויס אַ נײַע פֿאַרבעסערטע אויסגאַבע פֿון מאַקס קאָנס בוך “Le Préanalytique: Freud et le yiddish (1877-1897)”, “די פּרע־אַנאַליטיק: פֿרויד און ייִדיש צווישן די יאָרן 1877 און 1897”. מאַקס קאָן איז אַ פּסיכאָאַנאַליטיקער, וואָס איז אפֿשר מער באַקאַנט אין ייִדישיסטישע קרײַזן ווי אַ זשורנאַליסט פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ אין מעלבורן. אין זײַן בוך אַנאַליזירט קאָן די שײַכותן צווישן דער ייִדישער שפּראַך און פֿרוידס פֿריִערדיקע שריפֿטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.