איידער איך האָב זיך אַוועקגעזעצט צו שרײַבן אָט די נאָטיצן, האָב איך אַרײַנגעקוקט אין די אוקראַיִנישע און רוסישע נײַעס און האָב דערזען עפּעס, וואָס מיך האָט זייער דערחידושט: אין מײַן היימשטאָט, זאַפּאָריזשיע (אָדער זאַפּאָראָזשיע אויף רוסיש) האָט דער המון אָנגעהויבן שטורמירן דעם בנין פֿון דער געגנטלעכער אַדמיניסטראַציע. דערווײַל האָט זיך עס פֿאַרענדיקט זייער טרויעריק פֿאַר דער אָפּאָזיציע, ווײַל די פּאָליציי האָט די מרידה אָפּגעשטעלט זייער ברוטאַל.
דער דאָזיקער פּראָצעס — פֿון פֿאַרכאַפּן צענטראַלע בנינים און פּאַראַליזירן די היגע מלוכישע מאַכט — האָט זיך אָנגעהויבן מיט עטלעכע טעג פֿריִער. דעמאָלט זײַנען אַזעלכע זאַכן געשען בלויז אין די מערבֿדיקע, „גאַליציאַנער‟ געגנטן און דערנאָך אין די צענטראַלע, אויך עכט-אוקראַיִנישע. אין די מיזרחדיקע טיילן איז געווען מער אָדער ווייניקער רויִק. הײַנט איז קלאָר, אַז דער פֿײַער איז אַריבערגעשפּרונגען אויך אין יענע, היסטאָריש רוסיש-שפּראַכיקע מקומות, כאָטש אַ סך געגנטן בלײַבן געטרײַ דעם איצטיקן פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש.
מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָב איך גערעדט מיט אַ קרובֿ מײַנעם, וואָס וווינט אין זאַפּאָריזשיע. דעמאָלט האָט ער מיר געזאָגט, אַז דערווײַל איז דאָרטן געווען שטיל. אָבער ער האָט געמאַכט אַ קוועטש אויפֿן וואָרט „דערווײַל‟. נאָך מיט פֿיר יאָר צוריק, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין דער שטאָט, האָט ער און זײַנע פֿרײַנד זיך געקלאָגט אויף דער קרימינעלער, מאַפֿיאָזישער סיסטעם, וועלכע עס האָט זיך אויפֿגעבויט אונטער דער אָנפֿירונג פֿון וויקטאָר יאַנוקאָוויטשן. און איצט האָט ער מיר דאָס זעלבע איבערגעחזרט. אַ סבֿרא, אַז אַ גרויסער — און אפֿשר דער גרעסטער — חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג קען עס מער ניט פֿאַרטראָגן. ווי ער האָט מיר געזאָגט: „אויב עס קומען אַ פּאָר טויזנט לײַט און הייבן אָן אָפֿן אַטאַקירן די מלוכה, הייסט עס אַז אין דער היים זײַנען פֿאַרבליבן צענדליקער צי הונדעטער מאָל מער מענטשן, וועלכע זײַנען אויף זייער זײַט, אָבער האָבן מורא צו קריכן אין פֿײַער.‟
מע רעדט (און איך האָב גערעדט) זייער אַ סך וועגן דער מערבֿ-מיזרח-צעטיילונג אין אוקראַיִנע. אָבער זי ווערט ביסלעכווײַז אָפּגעשוואַכט אין דער לעצטער צײַט. אויפֿן קאָן שטייט איצט ניט אַזוי די פֿראַגע, אויף וועלכער שפּראַך עס רעדט דער אָדער יענער פּאָליטיקער. ס׳איז וויכטיק, אויף וועמענס זײַט זיי זײַנען. מע וויל קודם-כּל פּטור ווערן פֿון דעם איצטיקן פּרעזידענט, וועלכער פֿירט זיך אויף ווי איינער אַ דאָקטער אין אַנטאָן טשעכאָווס אַ דערציילונג: ער האָט דעם קראַנקן געגעבן אַ רפֿואה, וואָס האָט געמאַכט יענעמס מאָגן האַרט, דערנאָך אים געגעבן אַ לאַקסיר-מיטל, דערנאָך — ווידער צו מאַכן דעם מאָגן האַרט, און אַזוי ביז דער חולה איז סוף-כּל-סוף געשטאָרבן.
לויט אַלע סימנים נאָך, איז יאַנוקאָוויטש אַליין שוין פּאָליטיש טויט פֿון זײַן אייגענעם „מעדיקאַמענט‟. דאָס איז דאָך קודם-כּל זײַן שולד, אַז קיִעוו (אַזאַ שיינע שטאָט!) זעט איצט אויס, אין דעם צענטער, לכל-הפּחות, ווי אַ סטאַלינגראַד. און ער, יאַנוקאָוויטש, סטאַרעט זיך נאָך אַלץ אונטערצוזוכן אַ מיטל, וועלכער זאָל אים דערלויבן בלײַבן, כאָטשבי סימבאָליש, בײַם רודער פֿונעם לאַנד. אָט האָט ער פֿאָרגעלייגט די פֿירער פֿונעם „מײַדאַן‟, דאָס הייסט פֿון דער אָפּאָזיציע, צו שטעלן זיך בראָש דער נײַער רעגירונג. דערווײַל בלײַבט די דאָזיקע „ברייטהאַרציקע‟ פֿאַרבעטונג ניט אָנגענומען. בכלל, זעט אויס, אַז דעם איצטיקן פֿײַער קען פֿאַרלעשן נאָר איין זאַך — נײַע וואַלן, סײַ פּרעזידענטישע סײַ פּאַרלאַמענטאַרע, ווײַל ביידע קאָמפּאָנענטן פֿון דער מאַכט האָבן בולט געוויזן זייער אומבאַהאָלפֿנקייט, צי אַפֿילו שעדלעכקייט.
נאָך מער ווי דאָס בילד פֿונעם שטורמירנדיקן המון אין מײַן היימשטאָט, חידושט מיך די רעאַקציע פֿון דער אַמעריקאַנער מעדיאַ. אויף דער טעלעוויזיע זעט מען כּמעט אין גאַנצן ניט די געשעענישן אין אוקראַיִנע. גלײַך ווי די רייד גייט ניט וועגן אַן איבערקערעניש, וואָס וועט אַזוי צי אַנדערש בײַטן (און האָט שוין געביטן) דעם פּרצוף פֿונעם גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט. אָבער עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז עס גייט דאָ קיינעם ניט אָן (אַ חוץ עקספּערטן און מענטשן פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע דיאַספּאָרעס), וואָס דאָרטן קומט פֿאָר. די נײַעס וועגן דעם קאַנאַדער זינגער דזשאַסטין ביבער זעען אויס, פֿאַרשטייט זיך, ממשותדיקער.
אַ ייִדישע דימענסיע האָבן די געשעענישן אין אוקראַיִנע אויך. איך מיין דאָ ניט די פֿאַרשיידענע היסטאָרישע אַספּעקטן, אָבער דעם איצטיקן מצבֿ. אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען הערט מען, דער עיקר, מצד דער אָפּאָזיציע, בפֿרט נאָך אַז איינער פֿון די פֿירער אירע, אָלעג טיאַהניבאָק, איז שוין „סערטיפֿיצירט געוואָרן‟ ווי אַן אַנטיסעמיט. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס די צוויי אַנדערע אָפּאָזיציאָנעלע פֿירער האַלט מען פֿאַר „שטיקל ייִדן‟. מע טענהט, אַז אַרסעני יאַצעניוק האָט אַ ייִדישע מאַמע, און אַז וויטאַלי קליטשקאָס באָבע פֿון דעם טאַטנס צד איז געווען אַ ייִדישע.
אַגבֿ, מע שאַצט אָפּ, אַז אין אוקראַיִנע וווינען אַרום הונדערט טויזנט ייִדן; עס הייסט אַז דאָס איז דער דריטער גרעסטער אין אייראָפּע און דער פֿינפֿטער אין דער וועלט ייִדישער ייִשובֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.