דער פֿירער פֿון דער ש״ס־פּאַרטיי האָט דערקלערט, אַז די באַציִונגען צווישן פּרעמיער בנימין נתניהוס זון און אַ נישט־ייִדישער נאָרוועגישער פֿרוי, קאָן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ נאַציאָנאַלער פּראָבלעם.
דער 23־יאָריקער יאיר נתניהו גייט אַרויס מיט סאַנדראַ לײַקאַנגער, אַ 25־יאָריקע פֿרוי, מיט וועלכער ער האָט זיך באַקענט בעת זיי זענען געווען סטודענטן אינעם „צווישן־געביט־צענטער‟ אין הרצליה. נתניהו האָט, אַ פּנים, דערציילט דעם נאָרוועגישן פּרעמיער וועגן זײַן זונס באַציִונג בעת דעם אַלוועלטלעכן עקאָנאָמישן פֿאָרום לעצטנס אין דאַוואָס.
„וויי איז אונדז, אויב דאָס איז אמת,‟ האָט מאָנטיק דערקלערט דער פֿאָרזיצער פֿון דער ש״ס־פּאַרטיי, אַריה דרי, אויף דער חרדישער ראַדיאָ־סטאַנציע „קול ברמה‟. „דאָס קאָן נאָך ווערן אַ גרויסער האַרצווייטיק פֿאַרן פּרעמיער און זײַן פֿרוי,‟ האָט ער צוגעגעבן.
דרי האָט דערקלערט, אַז ער איז נישט אויסן צו קריטיקירן דעם פּרעמיער איבער זײַן זונס מיידל, „אָבער אויב דאָס איז, חלילה, אמת, איז עס נישט בלויז אַ פּערזענלעכער ענין, נאָר אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.‟ „ווי אַזוי וועט עס אויסזען פֿאַר זײַנע אַליִיִרטע, וואָס אינוועסטירן צענדליקער מיליאָנען און אַפֿילו הונדערטער מיליאָנען דאָלאַרן צו באַקעמפֿן אַסימילאַציע איבער דער וועלט?‟
אַפֿילו נתניהוס נאָענטע אַליִיִרטע און די מיטגלידער פֿון זײַן אייגענער „ליכּוד‟־פּאַרטיי, האָבן קריטיקירט די באַציִונג. בנצי גאָפּשטיין, דער הויפּט פֿון דער אָרגאַניזאַציע „להבֿא‟, וואָס גיט זיך אָפּ מיט באַקעמפֿן אַסימילאַציע אין ישׂראל, האָט געוואָרנט נתניהו, אַז זײַנע אייניקלעך וועלן נישט זײַן קיין ייִדן, טאָמער די פּאָר וועט טאַקע חתונה האָבן, און האָט גערופֿן דעם פּרעמיער זיך אַנטקעגנצושטעלן דעם שידוך.
בנימין ליפּקין, דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון דער חרדישער צײַטונג „המבֿשׂר‟, האָט קריטיקירט נתניהו אין אַ מיינונג־אַרטיקל אויף דער נײַעס־וועבזײַט Ynet.
„אויב דער פּרעמיער טענהט, אַז די פּאַלעסטינער מוזן אָנערקענען מדינת־ישׂראל ווי אַ ייִדישע מלוכה, טאָר ער נישט גלײַכצײַטיק זיך באַרימען, אַז זײַן זון גייט מיט אַ נישט־ייִדיש מיידל,‟ האָט ער געשריבן. „אויב זיי וועלן חתונה האָבן, וועט עס זײַן גלײַך ווי אַ דעקלאַראַציע פֿונעם העכסט־ראַנגיקן באַאַמטן אין ישׂראל, אַז דאָס איז אַ מדינה פֿאַר אַלע בירגער און נישט קיין ייִדישע מדינה,‟ האָט ליפּקין געשריבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.