אײַכמאַן — אַן אינפֿאָרמאַנט פֿון „דאַיאַ‟

Eichman was an Informant for the DAIA


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 30, 2014, issue of February 14, 2014.

די „דאַיאַ‟ — „דעלעגאַציע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַרגענטינע, איז די פּאָליטישע פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ. זי איז געשאַפֿן געװאָרן אין בוענאָס-אײַרעס דעם 5טן אָקטאָבער 1935 דורך 13 אינסטיטוציעס, מיטן ציל צו קעמפֿן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן קעגן נאַציזם, און צו זײַן אַ פֿאַרטרעטן אין די באַציִונגען מיט דער רעגירונג. הײַנט װערן פֿאַרטראָטן אין דער „דאַיאַ‟ 140 אינסטיטוציעס און האָט 32 פֿיליאַלן אינעם לאַנד.

די טעג איז די אינסטיטוציע צערודערט געװאָרן פֿון די אויספֿירן פֿון אַ נײַ בוך פֿון אַ דײַטשער פֿאָרשערין, װאָס האָט לעצטנס פּובליקירט „אײַכמאַנס אַרכיװן‟. זי האָט דערקלערט, אַז דאָס פֿאַרכאַפּן אייכמאַנען אין בוענאָס־איירעס דורך די ישׂראל־קאָמאַנדאָס אין 1960, האָט געהאַט אַ גרויסן אימפּאַקט אויף דער געזעלשאַפֿט. דאָס האָט זי באַװויגן צו פֿאָדערן מען זאָל עפֿענען אין דײַטשלאַנד, אַרגענטינע און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן די אַרכיוון פֿון זײַנע טעטיקייטן נאָך דער צװייטער װעלט־מלחמה.

פֿאַר דער מחברין איז אייכמאַנס אימפּאַקט גאָר גרויס, און אין ישׂראל האָט זײַן מישפּט װידער אַרײַנגעבראַכט די טעמע פֿון חורבן אין דער אָרטיקער געזעלשאַפֿט און עפֿנטלעכקײט. עס איז געװען ביז גאָר װיכטיק פֿאַר די קרבנות, אַז אַ מיטגליד פֿון דער טעראָריסטישער דײַטשער מדינה זאָל געכאַפּט און געמישפּט װערן. אין אייראָפּע איז דאָס אויך װיכטיק געװען, װײַל קיינער האָט זיך נישט געװאָלט דערמאָנען אין די 1950ער 1960ער יאָרן אין היטלערן און אין דעם נאַציזם. דאָס פֿאַרכאַפּן אייכמאַנען האָט זיי געצװוּנגען זיך אומצוקוקן אויף צוריק.

דאָס בוך פֿון דער פֿאָרשערין אַנטפּלעקט די געהיימע נעץ פֿון פּאָליטישע אינטערנאַציאָנאַלע אינטערעסן, װאָס האָבן דערמעגלעכט אייכמאַנען און אַנדערע נאַצישע „גדולים‟ זיך פֿרײַ באַװעגן אויף דער „הייסער מאַפּע‟ פֿונעם „קאַלטן קריג‟.

װעבער האַלט, אַז פֿאַקטיש האָט קיין מאָל נישט עקזיסטירט דער װילן אָפּצוזוכן די נאַציס אין אַרגענטינע, נישט דורך ישׂראל און נישט דורך דײַטשלאַנד, מיטן ציל זיי צו מישפּטן. ס‘איז פֿאַלש די ידיעה, אַז מען האָט זיי געזוכט און נישט געפֿונען, װײַל זיי זײַנען אַרײַנגעקומען אין לאַנד מיט פֿאַלשע נעמען. זיי האָבן שפּעטער געשיקט זייערע קינדער אין דײַטשע שולן, און באַניצט זייערע אמתע פֿאַמיליע־נעמען. זי האָט אויך געשריבן, אַז געוויסע געהיימע דינסטן אין דער װעלט האָבן יאָ געװוּסט, װוּ עס וווינען די נאַציס אין אַרגענטינע, און שטילערהייט מיטגעאַרבעט מיט אייניקע פֿון זיי.

צווישן די וויכטיקע אויפֿגאַבעס אין דעם אײַכמאַן־ענין בלײַבט נאָך די פֿראַגע גרינטלעך אויסצופֿאָרשן, װי אַזוי איז אײַכמאַן אַנטדעקט געװאָרן אין אַרגענטינע. װעבער האַלט, אַז דווקא נישט די אַגענטן פֿון „מוסד‟ האָבן אים אָפּגעזוכט אין בוענאָס־אײַרעס, נאָר אַ לעבנס־געבליבענער פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין דאַכאַו, מיטן נאָמען לאָטאַר הערמאַן.

הערמאַן האָט דאָס צו װיסן געגעבן דעם גענעראַל־פּראָקוראָר פֿון העסע, פֿריץ בוער, װאָס האָט יאָרן לאַנג געפּרוּװט איבערצײַגן ישׂראל צו מישפּטן אײַכמאַנען. װעבער האָט דערקלערט, אַז װער עס האָט זיך טאַקע באַמיט אין דער ריכטונג, איז געװען טובֿיה פֿרידמאַן, דירעקטאָר פֿונעם חיפֿהר דאָקומענטאַציע־צענטער פֿון נאַצישע פֿאַרברעכנס, װאָס האָט געהאַט פֿאַרלוירן זײַן גאַנצע משפּחה אין טרעבלינקע. װען פֿרידמאַן האָט פֿאָרגעלייגט 10 טויזנט דאָלאַר פֿאַר דער אינפֿאָרמאַציע װעגן אייכמאַנען, האָט הערמאַן צו אים געשריבן: „איך דאַרף נישט דאָס געלט. איך װיל העלפֿן אים כאַפּן, און דער פֿאַרברעכער זאָל געמישפּט װערן.‟

פֿרידמאַן האָט איבערגעגעבן זײַן בריװ אַ פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן װעלט־קאָנגרעס אין ירושלים, און יענער האָט געזאָגט, אַז ער װעט אַלץ צוגרייטן אים צו כאַפּן. אָבער ער איז באַזײַטיקט געװאָרן פֿון דער מיסיע, און די אַגענטן פֿון „מוסד‟ האָבן זיך גענומען צו דער אַרבעט. װעבער האָט אינפֿאָרמירט, אַז אין דעצעמבער 1959 האָט דער פֿאַרװאַלטער פֿון דער „דאַיאַ‟, גרעגאָריאָ שורמאַן, זיך מיט אים געטראָפֿן אויף פֿרידמאַנס בקשה. װעבער האַלט אויך, אַז דאָס אויסליװערן אײַכמאַן האָט געקענט דערמעגלעכט ווערן נאָר אויף דײַטשלאַנדס ביטע, װײַל מיט ישׂראל האָט אַרגענטינע ניט געהאַט קײן הסכּם. ער האַלט אויך, אַז מען האָט ניט געװאָלט סעקװעסטרירן אײַכמאַנען, נאָר צװינגען אַרגענטינע אים איבערצוגעבן דײַטשלאַנד.

שורמאַן האָט אין אַ בריװ דערקלערט, אַז ער איז קרובֿ צו די 90 יאָר און פֿילט זיך שטאָלץ צו זײַן דער איינציקער אַרגענטינער, װאָס האָט געהאָלפֿן צו געפֿינען אייכמאַנען.

װעבערס אויספֿאָרשונגען װײַזן אָן, אַז אײַכמאַן האָט מיטגעאַרבעט מיט דער „דאַיאַ‟ זינט 1954, און האָט איבערגעגעבן אינפֿאָרמאַציעס װעגן דער תּקופֿה פֿון פֿאַשיזם אין דײַטשלאַנד און דער אויסראָטונג־פּאָליטיק פֿון נאַציזם. זי האָט אויך אָנגעװיזן אויף אַ „שװאַרצן לאָך‟ פֿון דער געשיכטע. די ישׂראלדיקע אויטאָריטעטן האָבן גאָר נישט אינפֿאָרמירט, װאָס איז געשען מיט אייכמאַנען צװישן דעם 11טן און דעם 23סטן מײַ 1960, װען ער איז פֿאַרכאַפּט געװאָרן און אומלעגאַל איבערגעפֿירט געװאָרן קיין ישׂראל. צי האָט מען אים אויסגעפֿאָרשט? צי האָט מען אים געפּײַניקט? מען האָט מיט אים עפּעס אָפּגעמאַכט אָדער עפּעס אַרויסבאַקומען? ער איז דאַן געװען דער העכסטער באַהאַלטענער נאַצישער אָפֿיציר.

אָבער װעבער האָט אַן אַנדער פֿראַגע. פֿאַר װאָס האָט די „דאַיאַ‟ געװאָלט באַערן דעם אָנדענק פֿון לאָטאַר הערמאַן דעם 13טן אויגוסט 2012, און אין דער לעצטער מינוט אָפּגערופֿן די באַערונג? ליליאַנאַ הערמאַן, דאָס פּלימעניק־אייניקל פֿון באַערטן, האָט שאַרף רעאַגירט אויף דעם, און די באַערונג איז פֿאָרט דורכגעפֿירט געװאָרן בסוד־סודות. דער ישׂראל־אמבאַסאַדאָר מרדכי גזית האָט זיך באַטייליקט אין דעם, און אין זײַן װאָרט געזאָגט, אַז ער איז געקומען צו באַערן און אָפּדאַנקען אין נאָמען פֿון דער מדינה לאָטאַר הערמאַנען פֿאַר אַלץ, װאָס הערמאַן האָט געטאָן.

װעבער האַלט, אַז הערמאַן איז אַ גיבור פֿאַר ישׂראל און, אַז פֿאַר דער „דאַיאַ‟ איז זײַן נאָמען אַ טאַבו. ביזן הײַנטיקן טאָג װיל די „דאַיאַ‟ נישט עפֿענען אירע אַרכיװן.

פֿאַר װעבערן איז אײַכמאַן געװען אַ טאָפּל־אַגענט, װאָס האָט געאַרבעט מיט דײַטשלאַנד און ישׂראל, לויט אַ דאָקומענט פֿון ב. נ. ד — די דײַטשישע אויסשפּיר־אַגענץ.

„װען איך האָב געװאָלט אויספֿאָרשן בײַ אַנדערע רעגירונגען, האָב איך זיך אויך אָנגעשטויסן אין שװעריקייטן; אַלע האָבן מילד געקוקט אויף אייכמאַנס טעטיקייטן נאָך דער מלחמה,‟ האָט דערקלערט װעבער, װאָס האַלט אינעם צוגרייטן אַ נײַ אַקטואַליזירט בוך װעגן אָט דעם טרויעריקן קאַפּיטל אין דער וועלט־געשיכטע.