די געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַרישער װיסנשאַפֿט איז פֿול מיט דראַמאַטישע עפּיזאָדן און געשפּאַנטע מעשׂיות. צום באַדױערן, בלײַבן די דאָזיקע היסטאָרישע שטודיעס לרובֿ װײניק באַקאַנט ניט בלויז דעם ברײטערן עולם, נאָר אַפֿילו די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָרשער. מען לערנט זײ ניט אויף די קורסן פֿון ייִדישער קולטור־געשיכטע, װײַל מען האַלט ניט פֿון זײער אַלטן מעטאָדאָלאָגישן צוגאַנג. מען דערמאָנט זיך אין זײ, כּדי צו פֿאַרפּינקטלעכן אַ ביבליאָגראַפֿישן פּרט אָדער אַ היסטאָרישן פֿאַקט.
עס איז מערקװירדיק, אַז די ערשטע געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור איז אָנגעשריבן געװאָרן אױף ענגליש און איז אַרױס אין 1899 אין ניו־יאָרק. איר מחבר איז געװען לעאָ װינער, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין ביאַליסטאָק אין 1862 און געקומען קײן אַמעריקע אין 1880, מיט אַ חלום צו שאַפֿן אַ װעגעטאַרישע קאָלאָניע אױף אַן אינדזל אינעם קאַריבישן ים. אַנשטאָט דעם האָט ער זיך פֿאַרהאַלטן אין אַמעריקע, לכתּחילה אין ניו־אָרלעאַן, װוּ ער האָט אַ װײַלע געהאָרעװעט אױף שװערע אַרבעטן. פֿון דאַנען האָט ער זיך געלאָזט קײן צפֿון, און באַקומען אַ שטעלע ווי אַ שול־לערער פֿון לאַטײַן און אַלט־גריכיש אין קאַנזאַס־סיטי, מיזורי. דאָ האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ פֿרױ פֿון אַן אַמעריקאַניזירטער יאַהודישער משפּחה, און מיט דער צײַט באַקומען אַ פּראָפֿעסאָרישע שטעלע אינעם אָרטיקן אוניװערסיטעט, אָבער אין עטלעכע יאָר אַרום האָט ער די שטעלע פֿאַרלױרן.
אין 1896 האָט װינער װידער באַקומען אַן אַקאַדעמישע שטעלע. זײַנע שפּראַך־קענטענישן (ער האָט געקענט אַרום דרײַסיק שפּראַכן, צװישן זײ אױך אַזיאַטישע) האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן רושם, און מען האָט פֿאַר אים געשאַפֿן אַ שטעלע פֿון אַ לעקטאָר אין סלאַװישע שפּראַכן אין האַרװאַרד, די ערשטע פּאָזיציע אויף דעם געביט אין אַמעריקע. אָבער װינערס ערשטער פֿאָרשערישער פּראָיעקט האָט דװקא געהאַט צו טאָן מיט ייִדיש. ער האָט געפֿונען אין דער האַרװאַרדער ביבליאָטעק עטלעכע הונדערט ביכער אױפֿן „ייִדיש־טײַטש‟, אָבער קײן ביבליאָגראַפֿישער װעגװײַזער איז ניט געווען. האָט ער באַשלאָסן צו פֿאָרן קײן מיזרח־אײראָפּע, כּדי צו באַקענען זיך דירעקט מיטן צושטאַנד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
װינערס עקספּעדיציע האָט זיך אָנגעהױבן אין אָקספֿאָרד און לאָנדאָן, װוּ ער האָט געפֿאָרשט די זאַמלונגען פֿון אַלטע און נײַע ייִדישע פּובליקאַציעס. דורך אַמסטערדאַם און בערלין איז ער געקומען קײן װאַרשע. דאָ האָט ער זיך געטראָפֿן מיט י. ל. פּרץ און יעקבֿ דינעזאָן, און זיך געלאָזט אין װעג װײַטער, קײן פּעטערבורג. אױפֿן װעג אין ביאַליסטאָק האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן אַלטן משׂכּיל אַבֿרהם גאָטלאָבער, װעלכער איז געװען דעמאָלט שױן העכער װי נײַנציק יאָר אַלט.
אין װילנע האָט ווינער ניט געפֿונען גאָרנישט אינטערעסאַנטס, און אין פּעטערבורג האָט מען אים ניט צוגעלאָזט צו די גרױסע ייִדישע זאַמלונגען אין דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק און אינעם אַזיאַטישן מוזײ. אין קיִעװ האָט ער געהאַט מער מזל און געפֿירט אַ לאַנגן שמועס מיט שלום–עליכם; אין אָדעס האָט זיך װינער באַקענט מיט מענדעלע און לינעצקי. ער האָט זיך אומגעקערט קײן אַמעריקע דורך לעמבערג און קראָקע, און זיך גלײַך אַװעקגעזעצט שרײַבן אַ בוך.
„די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 19טן יאָרהונדערט‟ — איז אינטערעסאַנט אי װי אַ פֿאָרשונג, אי װי אַ מקור. װינער גיט דאָ קיצורים פֿון פֿאַרשידענע ביכער, װאָס אײניקע פֿון זײ זײַנען שױן ניט בנימצא. ער דערמאָנט טשיקאַװע פֿאַקטן, װי למשל, אַז מענדעלע האָט באַקומען יערלעך אַרום 3,000 רובלען פֿונעם פֿאַרקױפֿן זײַנע װערק, אַ בולטער סימן פֿון זײַן פּאָפּולערקײט צװישן די לײענער.
װינערס השׂגות װעגן דער היסטאָרישער אַנטװיקלונג פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין רוסלאַנד שטאַמען לפּנים פֿון זײַנע שמועסן מיט שלום־עליכם אין קיִעװ. װינער האַלט, אַז דער ערשטער אױפֿבלי פֿון ייִדישער שאַפֿונג בעת די ליבעראַלע 1860ער–1870ער יאָרן װאָלט ניט געהאַט קײן המשך, ווען ניט די גזירות פֿון די 1880ער. דעמאָלט האָבן די ייִדישע מחברים פֿאַרשטאַנען, אַז זײ דאַרפֿן רעדן מיט זײער לײענערשאַפֿט ניט װי מגידים פֿון דער השׂכּלה, נאָר װי גלײַכע מיטשמועסער. בעתן ערשטן פּעריאָד איז די הױפּט־פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַטור געװען מענדעלע, און אינעם קומעדיקן דור זײַנען אױף זײַן אָרט געקומען װינערס מיטצײַטלער — שלום־עליכם און מרדכי ספּעקטאָר.
לױט װינערס מײנונג, איז דער צענטער פֿון פּאָעטישער שעפֿערישקײט אױף ייִדיש אַריבער פֿון מיזרח־אײראָפּע קײן אַמעריקע, צוזאַמען מיט דער מאַסן–עמיגראַציע פֿון די 1880ער. דער בעסטער ייִדישער דיכטער איז פֿאַר אים געװען מאָריס ראָזענפֿעלד, וואָס ס‘האָט זיך אים אײַנגעגעבן צונױפֿצושמעלצן אין זײַנע לידער „די דראַמאַטישע האַנדלונג מיט דער לירישער קװאַליטעט‟.
װינער האָט איבערגעזעצט ראָזענפֿעלדס לידער אױף ענגליש. קײן צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש אין אַמעריקע האָט װינער ניט געזען. אין פֿינעף־און־צװאַנציק יאָר אַרום, האָט ער אַרױסגעזאָגט זײַן נבֿואה, „װעלן בלױז געצײלטע מענטשן אין אַמעריקע פֿאַרשטײן ייִדיש, און קײנער װעט אים ניט נוצן פֿאַר ליטעראַרישער שאַפֿונג.‟
לעאָ װינער איז געװען אױסערגעװײנטלעך שאַפֿעריש: ער האָט אָנגעשריבן מער װי פֿערציק ביכער, און דערצו נאָך איבערגעזעצט אױף ענגליש פֿיר־און־צװאַנציק בענד פֿון טאָלסטױס װערק. אָבער הײַנט געדענקט מען אים, קודם־כּל, פֿאַר זײַן זון, דעם „פֿאָטער פֿון קיבערנעטיק‟, נאָרבערט װינער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.