אַנומלטן, בײַ אַ וויכטיקער פּלאַניר־זיצונג פֿון ייִוואָ האָט די לופֿט ממש געשוויבלט מיט שעפֿערישע כּוחות און מיינונגען. צווישן די אָנגעזעענע פֿאַרזאַמלטע איז לעבן מיר אויך געזעסן די פֿרוי פֿונעם באַרימטן אימפּרעסאַריאָ, דזשאָו פּאַפּ, וועמען איך האָב מיטגעברענגט צו דער זיצונג. און אַזוי אין מיטן דערמאָנען זײַן נאָמען, האָט פּאַפּס פֿרוי, גייל, דערציילט אַזאַ מעשׂה.
זי איז מיט אַ צײַט צוריק געווען אין ברוקלין, וווּ מען האָט אָפּגעגעבן כּבֿוד איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן. מען האָט איר געוויזן די טרעפּ, וואָס האָבן געפֿירט צו אַ טעאַטער־זאַל, וווּ אַ יעדערע פֿון די טרעפּ האָט פֿאַרמאָגט אַ באַרימטן נאָמען, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, אָנגעזעענע שטערן פֿון בראָדוויי און האַליוווּד.
מיטאַמאָל האָט פּאַפּס פֿרוי דערזען דזשאָוס טרעפּל מיט אויסגעשניצטע אותיות „דזשאָו פּאַפּ‟. האָט זי געמאַכט אַ סקאַנדאַל: „וואָס הייסט, און ווער איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַזאַ אומרעכט, — האָט זי געטענהט. — נאָך אַלעמען, איז דזשאָו געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, און געהייסן האָט ער דעמאָלט יאָסעלע פּאַפּיראָווסקי.‟
און זי האָט געפֿאָדערט תּיכּף־ומיד אָפּצומעקן זײַן פּראָפֿעסיאָנעלן נאָמען און אויסקריצן זײַן אויטענטישן, עכטן ייִדישן נאָמען — נעמלעך, יאָסעלע פּאַפּיראָווסקי. אַלע זײַנען געבליבן דערשטוינט; הער אַ מעשׂה, ס’רעשט פֿון די ברוקלינער וועלט־באַרימטע נעמען האָבן אָפּגעשאַצט ווי געהעריק דעם כּבֿוד, קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן אַפֿילו צו בײַטן עס אויף זייערע געבורט־נעמען, אַחוץ דער אײדעלער פֿרוי פּאַפּ.
דאָס בײַטן דעם נאָמען בײַ ייִדן איז אָנגעגאַנגען איינס־צוויי סײַ אין אַמעריקע און סײַ אין ישׂראל. אין האַליוווּד האָבן די גרויסע ייִדישע מאַגנאַטן, פּראָדוצירער פֿון פֿילמען, געביטן זייערע נעמען, צווישן זיי אַ שלל ייִדישע אַקטיאָרן און אַקטריסעס. צי דאָס איז געווען „מעטראָ־גאָלדווין־מאיר‟, צי „דייוויד אָ’סעלזניק‟, צי די „וואָרנער־ברידער‟ — אַלץ איינס, נישט געוואָלט צולאָזן אַ ייִדישן נאָמען אויפֿן עקראַן. אַפֿילו די טעמעס פֿון די פֿילמען האָט מען זיך געהיטן מען זאָל, חלילה, נישט מיינען, אַז די סיפּור־המעשׂה האָט עפּעס צו טאָן מיט ייִדן. און ווער איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך דערפֿאַר — אונדזערע אייגענע האַליוווּדער מאַגנאַטן.
די שרײַבער, די מוזיקער, די וואָס האָבן אַדאַפּטירט דעם פֿילם־סוזשעט פֿון אַ בוך — כּמעט אַלע ייִדן. בראָדוויי־מיוזיקלס — ייִדן, קאָמפּאָזיטאָרן, כאָרעאָגראַפֿן — ס’רוב ייִדן. דאָס אַמעריקאַנער לעבן וואָלט געווען נישט מער ווי אַ פּאָסנע זופּ, און פֿאַראָרעמט, אָן די ייִדן.
איז פֿון קובעלסקי געוואָרן דזשעק בעני, פֿון בירנבוים — דזשאָרדזש בוירנס, פֿון גאָלדבערג — עדוואַרד דזשי. ראַבינסאָן; פֿון ישׂראל — מעל אַלען, פֿון ישיהו עדווין לעאָפּאָלד — עד ווין, פֿון אַהרן גאָלדבאָגען — מײַק טאַד, פֿון דוד קאַמינסקי — דעני קיי, פֿון איסר דאָנילאָוויטש דעמסקי — קוירק דאַגלאַס, פֿון דזשוליוס מאַרק — גראַוטשאָ מאַרקס, פֿון אַהרן טשוואַט — רעד באַטנס, פֿון מיס קאָמינער — סימאָן סיניאָרעי, פֿון דזשוליוס גאָרפֿינקל — דזשאַן גאַרפֿילד, פֿון יעקבֿ פּינקוס פּערלמוטער — דזשאַן פּירס… נישטאָ גענוג אָרט דאָ אויסצורעכענען אַלע; און אַלץ געביטן, כּדי צו זײַן גרויס אין די אויגן פֿון די גויים.
ווען מיר זײַנען אָנגעקומען וווינען אין ישׂראל, בין איך און מײַן מאַן מענדל גלײַך אַוועק אין אולפּן לערנען זיך עבֿרית. דאָס איז געווען אין נתניה, און אונדזער לערער איז געווען אַ טײַערער און איידעלער חבֿרה־מאַן. די לערערײַ איז אָנגעגאַנגען, ווי געשמירט ביז… איין פֿרילינגדיקן פֿרימאָרגן, ווען די זון האָט געשײַנט אַזוי לאַגאָדנע, און די ייִדישע פֿייגל האָבן געצוויטשעט עפּעס אַ ספֿרדישן ניגון, האָט אונדז דער לערער אין אולפּן געבעטן זיך אײַנפּאַקן די מאָנאַטקעס און אַראָפּקומען אין גאָרטן. דאָרטן צווישן די בלומען, דעם צוויט, די פֿלאַנצן האָט ער אונדז עפּעס געהאַט וויכטיקס צו זאָגן.
זײַנען מיר אַלע אַראָפּ, כאָטש איך בין שוין געווען אין די הויכע חדשים און ס’איז מיר אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם אַראָפּצוקריכן פֿון די טרעפּ. איך האָב זיך גענומען אין די הענט און אַראָפּ. די בענקלעך זײַנען שוין געווען פֿאַר אונדז אויסגעשטעלט שורותווײַז, דער לערער האָט געקוואָלן פֿון די אַמעריקאַנער עולים־חדשים, און אונדז באַרויִקט.
„רבותי וגבירותי! — האָט ער גענומען אַן ערנסטן טאָן. מיר זײַנען זיך דאָ צונויפֿגעקומען צוליב זייער אַ וויכטיקן ענין, נעמלעך, גיט אַ טראַכט וועגן בײַטן אײַערע גלות־נעמען אויף עכטע ישׂראלדיקע.‟
אַלע האָבן זיך אָנגעקוקט מיט אַ שמייכל, אַ נײַער פּיזמון. אין דעם איז אויפֿגעשטאַנען מײַן מאַן מענדל און אויף זייער אַן איידעלן אופֿן אים מסביר געווען בזה־הלשון: „טײַערער לערער! איך וועל זײַן דער ערשטער צו בײַטן מײַן נאָמען אַזוי שנעל, ווי דעם ראָטשילד־בולוואַר וועט מען ענדערן אויף רחובֿ רוט, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן רחובֿ ווײַצמאַן — אויף ווײַץ; און רחובֿ איבן גבירול — אויף איב; רחובֿ ביאַליק — אויף ביאַ; און רחובֿ טשערניכאָווסקי — אויף טשער.‟ דער לערער האָט אײַנגעזען מיט וועמען ער האָט דאָ צו טאָן און געביטן זײַן פּיזמון.
איך האָב זיך באַקענט מיט אַ שלל ישׂראלים, וועלכע האָבן זיך געביטן די נעמען פֿון גאָלדבערג אויף הר־זהבֿ, פֿון זילבערשטיין אויף כּספּי — אַ וועלט מיט נײַע ייִדישע נעמען, וואָס מיר האָבן אַפֿילו נישט געהאַט קיין אַנונג מיט וואָס מ’עסט עס, און ווער עס זײַנען אַמאָל געווען זייערע טאַטעס, זיידעס און עלטער־זיידעס.
וואָס אַן אמת, האָט מענדל גאָרנישט געהייסן האָפֿמאַן אויף זײַן פֿאַמיליע־נאָמען, נאָר איצקאָוויטש. ווי איז דאָס צושטאַנד געקומען? וועל איך אײַך מסביר זײַן. ווען די דײַטשן האָבן באַלאַגערט די קאַרפּאַטן־בערג, אין 1943, וווּ עס האָבן געלעבט גאַנצע שיכטן פֿרומע ייִדן, האָבן זיי מאָביליזירט די אונגאַרישע נאַציסטן, וועמען מען האָט גערופֿן „נילאָשעס‟; און ווען זיי זײַנען באַפֿאַלן מענדלס שטעטל „בערעקסאַס‟, האָבן זיי זיך קודם גענומען צו די ייִדישע נעמען.
זייער ציל איז געווען צו באַווײַזן, אַז די ייִדן זײַנען נישט פֿאַרהייראַט לעגאַל — נישט אין קלויסטער, הייסט עס; דעריבער האָבן זיי אַנולירט די נעמען פֿון די טאַטעס און דערקלערט זייערע קינדער ממזירים. און אַזוי ווי מײַנע שווער און שוויגער האָבן פֿאַרמאָגט זיבן קינדער, האָבן זיי אָנגעוווירן זייער נאָמען איצקאָוויטש און אַריבער אויף האָפֿמאַן, וואָס איז געווען מײַן שוויגערס מיידלשער נאָמען.
וואָס אַן אמת, קען איך אַ ייִדן, וואָס מען האָט אים אין דער היים אַ נאָמען געגעבן ישׂראל, איז עס אים דאָ נישט געווען צום האַרצן, אויף אַזוי פֿיל, אַז ער האָט אויספּרובירט עלמער, עלטאָן, אַליווער ביז ער האָט זיך מיישבֿ געווען און געביטן זײַן נאָמען אין מאַגיסטראַט אויף עליאָט. און וואָס איז דער וווּנדער, אַז אַזעלכע ייִדישע נעמען, ווי בלומע, קומט פֿון „פּאַלאָמאַ‟, און שפּרינצע — פֿון „עספּעראַנזאַ‟ (האָפֿענונג), מינדל — פֿון ווילהעלמינאַ, און פֿײַוול — פֿון וויטאַל, סענדער — פֿון גריכישן קעניג אַלעקסאַנדער, און קלמן — פֿון קאַלאַנימוס (גריכיש פֿאַר שיינער נאָמען), גרונים — איז „געראַנימוס‟ (גריכיש — אַלטער מאַן), וויאָלעט און ברײַנדל — פֿון דײַטשן ברונעט. אַזוי אַז אונדזערע נעמען האָבן אַ טאַטן; זיי קומען מיט סימנים פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט, וווּ מיר האָבן אָדער אָנגענומען אָפֿיציעל, אַסימילירט אָדער געווען געצוווּנגען איבערצונעמען.
ווי עס זאָל נישט זײַן, אין מײַנע קלאַסן ברענג איך צוריק זייערע ייִדישע נעמען, אַזוי אַז טאַד הייסט בײַ מיר יצחק און קענעט — קלמן, ניק הייסט נתן און עריקאַ — עלקע. אַזוי פֿילט מען זיך אין דער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.