בײַם „סופּער באָול‟ — דער יערלעכער הויפּטמאַטש פֿון די בעסטע מאַנשאַפֿטן אינעם אַמעריקאַנער פֿוטבאָל — קען מען תּמיד געפֿינען כּשרע שפּײַזן, אָבער בעתן הײַיאָריקן מאַטש, וואָס קומט פֿאָר דעם זונטיק, וועט מען צושטעלן נאָך מער כּשר עסן ווי געוויינטלעך.
אַחוץ די געוויינטלעכע וווּרשטלעך פֿון „היברו נאַשאָנאַל‟, פּאַסטראַמי־שניטקעס און קנישעס, וועט מען אויך פֿאַרקויפֿן כּשרע האָלישקעס, קאַרטאָפֿל־לאַטקעס און כינעזישע געוויקלטע גרינסן (egg rolls), כאָטש דאָס וועט זײַן בלויז פֿאַר די גבֿירים, וועלכע באַצאָלן $2,500 אַ בילעט.
„מעט־לײַף סטאַדיאָן‟, וווּ עס וועט פֿאָרקומען דער „סופּער־באָול‟, געפֿינט זיך אין איסט־רוטערפֿאָרד, ניו־דזשערזי, און איז די היים־באַזע פֿון די „דזשעטס‟ און די „דזשײַענטס‟. צום אָרט, וואָס האָט מער ווי 82,000 זיץ־ערטער — דער גרעסטער פֿוטבאָל־סטאַדיאָן אין לאַנד — וועלן אויך קומען טויזנטער ייִדישע צוקוקער, און דערפֿאַר באַמיט מען זיך דעם עולם צופֿרידנצושטעלן. מע וועט אפֿילו באַשטימען באַזונדערע ערטער פֿאַר די, וועלכע זוכן אַ מנין צו דאַווענען מינחה.
„מיר שטעלן הײַיאָר צו מער מינים עסן, ווײַל מיר ווייסן, אַז דער עולם פֿונעם ׳סופּער־באָול׳ איז אַ ביסל מער ראַפֿינירט, ווי דער געוויינטלעכער פֿוטבאָל־עולם, און האָט שוין זיכער געגעסן אין פֿאַרשידענע ערטער איבער דער וועלט.‟ האָט באַמערקט ביל לאָר, דער אויפֿזעער פֿון די שפּײַז־אפּעראַציעס אויפֿן סטאַדיאָן. אַ צווייטע סיבה פֿאַר דעם גרעסערן אויסקלײַב איז, ווײַל די טירן פֿונעם סטאַדיאָן וועלן זיך עפֿענען 2:00, כאָטש דער מאַטש הייבט זיך נישט אָן ביז 6:30, וועלן אַ סך פֿון די צוקוקער דאָרט פֿאַרברענגען בערך 10 שעה לאַנג. „מיר ווילן פֿאַרזיכערן, אַז זיי פֿילן זיך באַקוועם,‟ האָט ער באַמערקט.
„אַ דאַנק די מענטשן, וועלכע עסן כּשרס בײַם „סופּער־באָול‟, איז מעגלעך, אַז אין דעם איינעם טאָג וועט מען פֿאַרקויפֿן מער כּשר עסן, ווי אין אַלע אַנדערע טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר,‟ האָט לאָר צוגעגעבן. אין אַמעריקע איז דאָס פֿאַרקויפֿן כּשר עסן אַ 40 ביליאָן־דאָלאַרדיקע אינדוסטריע.
דער הויפּט־שעף אינעם „מעט־לײַף סטאַדיאָן‟ איז עריק באָרגיאַ, וועלכער האָט שוין פֿריִער געטאָן אַזאַ אַרבעט אין באָל־שפּילן אין קליוולאַנד, אָהײַאָ און סאַן־דיעגאָ, קאַליפֿאָרניע. דער מאַטש דעם זונטיק וועט אָבער זײַן גאָר אַנדערש ווי די פֿריִערדיקע מאַטשן. „מיר וועלן דאָ מסתּמא פֿאַרקויפֿן 20 מאָל מער כּשר שפּײַז ווי אין סאַן־דיעגאָ,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.