מאָנטיק דעם 27סטן פֿעברואַר איז געווען דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿון געדענקען דעם חורבן. דער טאָג איז געשאַפֿן געוואָרן אין 2002 דורכן אייראָפּעיִשן ראַט און אין 2005 האָט עס די „אונאָ‟ אויך אַדאָפּטירט.
לכּבֿוד דעם טאָג זענען פֿאָרגעקומען אָפֿיציעלע צערעמאָניעס אין אַלע מעמאָריאַלן אַרום לאַנד און אויך אין עטלעכע אָפֿיציעלע מלוכה־אינסטיטוציעס. אַ ספּעציעלע צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אינעם הויפּט־בנין פֿון „יונעסקאָ‟ אין פּאַריז, וואָס איז לעצטנס געקומען צו רייד דווקא אַרום דער אויסשטעלונג, וועלכע דער „וויזענטאַל־צענטער‟ האָט צוגעגרייט, און וואָס די דירעקטאָרשע פֿון „יונעסקאָ‟ האָט אָפּגעלייגט. אין דער צערעמאָניע האָט צווישן אַנדערע גערעדט עריק דע-ראָטשילד, דער פּרעזידענט פֿונעם חורבן־מעמאָריאַל, און צוגעזאָגט, אַז די אויסשטעלונג וועט טאַקע פֿאָרקומען דעם זומער. מער וועגן דעם קענט איר לייענען אין אַ באַזונדערן אַרטיקל פֿון „פֿאָרווערטס‟ (//yiddish.forward.com/articles/175871/unesco-exhibit-postponed/).
אויך צוליב דעם אינטעראַציאָנאַלן אָנדענק־טאָג, האָט מען דאָנערשטיק דעם 30סטן יאַנואַר געוויזן אינעם Théâtre du Gymnase אין פּאַריז אַ באַזונדערע רעפּרעזענטאַציע פֿון דער מוזיקאַלישער דראַמע „Anne, le Musical‟, „אַנאַ, דער מיוזיקאַל‟, אַן אַדאַפּטאַציע פֿון אַנאַ פֿראַנקס באַקאַנטן טאָגבוך.
דער אויטאָר און קאָמפּאָזיטאָר זשאַן פּיער האַדידאַ (Jean-Pierre Hadida) האָט געשאַפֿן אי די לידער, אי די מוזיק פֿאַר דער פּיעסע. מע האָט זי צום ערשטן מאָל געוויזן אין 2007 אין פּאַריז, און זינט דעמאָלט ווײַזט מען זי עטלעכע מאָל אַ סעזאָן אין עטלעכע טעאַטערס אין פּאַריז און אין קאָן (Caen) אין נאָרמאַנדיע.
אין דער פּיעסע באַזוכט אַ גרופּע הײַנטצײַטיקע יוגנטלעכע דעם „אַנאַ פֿראַנק־מוזיי‟ אין אַמסטערדאַם; דאָרט, אינעם הויז פֿונעם איצטיקן מוזיי, האָט זיך באַהאַלטן די משפּחה פֿראַנק, ביז מע האָט זי אַנטדענקט. ווען די גרופּע האַלט אין אַרויסגיין פֿונעם מוזיי, הערט איינע פֿון זיי די שטים פֿון אָטאָ פֿראַנק, אַנאַס טאַטע. דאָס מיידל בלײַבט אין הויז, זי ווערט אַרײַנגעצויגן אין אַ מין ווירבל פֿון צײַט, וווּ זי ווערט פֿאַרוואַנדלט אינעם מיידל אַנאַ, וואָס דערציילט דעם עולם, דורך געזאַנג, וועגן איר לעבן אין דער באַהעלטעניש, וועגן די חלומות, פֿרייד און לייד פֿון אַ דערוואַקסלינג אין דער מלחמה.
זשאַן פּיער האַדידאַ דערקלערט, אַז זײַן ציל בײַם שרײַבן די מוזיקאַלישע דראַמע, איז געווען אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון אַנאַ פֿראַנק, און דערציילן איר געשיכטע „אַנדערש‟, כּדי צו געבן מענטשן דעם חשק צו לייענען דאָס בוך אַליין.
ווײַזט אויס, אַז די פּיעסע איז אַ דערפֿאָלגרײַכע, אַניט וואָלט מען זי ניט געוויזן אַזוי פֿיל מאָל, נאָר מע קען בשום־אופֿן נישט זאָגן, אַז די דעות וועגן איר זענען איינשטימיק. טייל מענטשן, און איך בתוכם, פֿילן, אַז אפֿשר איז נישט יעדער מעדיום צוגעפּאַסט צו אַזאַ טעמע; דער עיקר, ווען עס גייט די רייד וועגן אַזאַ וויכטיקן און שווערן קאַפּיטל פֿון געשיכטע.
באַאַרבעטונגען פֿון אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך זענען דאָ אַ סך, אין טעאַטער, אין קינאָ און אויך אויף דער טעלעוויזיע. דאָס בוך אַליין איז שוין איבערגעזעצט געוואָרן אויף מער ווי 70 שפּראַכן, און סך־הכּל זענען ביז הײַנט פּובליקירט געוואָרן מער ווי 30 מיליאָן עקזעמפּלאַרן אַרום דער וועלט. אין אַ סך לענדער זענען דאָ גאַסן און שולן אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ פֿראַנק. אין פֿראַנקרײַך געפֿינט זיך דאָס בוך אויפֿן 19טן אָרט אין דער ליסטע פֿון „די 100 ווערק פֿון 20סטן י”ה‟, אַ קלאַסיפֿיקאַציע, וואָס דער זשורנאַל „לע־מאָנד‟ האָט צונויפֿגעשטעלט לויטן אויסקלײַב פֿון 17 טויזנט וויילערס.
דאָס הייסט, אַז מע קען באמת נישט טענהן, אַז אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך איז אַן אומבאַקאַנט ווערק און אַז די מעשׂה באַדאַרף עפּעס אַ באַזונדערש „הײַנטצײַטיקע‟ ווערסיע, דער עולם זאָל עס אַנטדעקן.
איך מוז זאָגן, אַז די פּיעסע אַליין האָב איך נישט געזען. זעענדיק די אַפֿישן, איז מיר געווען שווער צו גיין זען דעם „טאָטאַלן דערפֿאָלג‟, וואָס זיי זאָגן צו. האָב איך אַ קוק געטאָן אויף די אויסצוגן, וואָס מע קען זען אויף דער אינטערנעץ, און מע קען טאַקע געפֿינען אַ היפּש ביסל פֿון זיי. די לידער זענען טיפּיש פֿאַר אַזאַ מין ספּעקטאַקל, דאָס הייסט, אַז זיי זענען זייער פּשוט און באַנאַל.
אין אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם, וווּ מע האָט פֿאָרגעשטעלט די פּיעסע, האָט די פֿירערין פֿון דער פּראָגראַם באַרויִקט דעם עולם, אַז זיי מעגן גיין זי זען, ווײַל ס’איז „אינגאַנצן נישט טרויעריק אָדער נודנע‟. איך האָב מורא, אַז ווען מע זאָגט שוין אַזעלכע זאַכן וועגן אַנאַ פֿראַנקס מעשׂה, איז עס אַ סימן, אַז דער ספּעקטאַקל איז מן־הסתּם נישט קיין גוטער אָפּצוגעבן כּבֿוד איר אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.