דוד מאַרקיש איז דער ייִנגערער זון פֿונעם ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש, אומגעבראַכט דעם 12טן אויגוסט 1952. ער איז אַ באַקאַנטער פּראָזאַיִקער, וועלכער שרײַבט אין רוסיש און וווינט אין ישׂראל. אַן אָפֿטער מחבר פֿון דער עלעקטראָנישער אויסגאַבע „newswe.com‟, רעדאַגירט פֿון לעאָניד שקאָלניק.
אַוודאי, איז אַ שלום בעסער פֿון אַ מלחמה. ווער זאָגט דען פֿאַרקערטס? אין אונדזערע קאַנטן, נעבעך, איז דער זאָג באַזונדערס אַקטועל. אַלע וואַרטן מיר, אַז דער שלום זאָל שוין, סוף־כּל־סוף, קומען. מיר קוקן אַרויס אויף אים, ווי די העלדן פֿון סעמיועל בעקעטס טראַגי־קאָמעדיע האָבן אַרויסגעקוקט אויף גאָדאָ. פּונקט ווי זיי, אין אַ געוויסער מאָס, פֿאַרברענגען מיר אונדזער צײַט בײַם וואַרטן אויף דעם זעלבן גאָדאָ, וואָס זאָגט צו, אַז אָט־אָט קומט ער, און קומט נישט.
אָנשטאָט גאָדאָ, קומט יעדעס מאָל דזשאָן קערי — דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דער שלום־וועגווײַזער, געשיקט פֿונעם „ווײַסן הויז‟. מע דאַרף זאָגן, אַז וואָס שייך זײַן זוכן אַ לייזונג אין דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, מאַכט ער דורך אַ ריזיקע אַרבעט. קערי וויל אַ שלום, מיר וויל אַ שלום, די פּאַלעסטינער ווילן אַ שלום. בסך־הכּל, אַלע — יאָר נאָך יאָר במשך פֿון צענדליקער יאָרן — ווילן אַ שלום, אָבער דער שלום־וואָגן רירט זיך נישט פֿון אָרט. אַלע ווילן אַ שלום, און יעדער וויל אים, פֿאַרשטייט זיך, אויף זײַנע אייגענע באַדינגונגען. אויב דזשאָן קערי וועט זיך אײַנגעבן אויסצוגלײַכן די באַדינגונגען, געפֿינען אַ פּשרה — וועט דער שלום, מעגלעך, טאַקע קומען.
אין אונדזער ווירקלעכקייט, וווּ עס שפּילט זיך ממש אָפּ אַן אַבסורדישע פּיעסע, איז עס טאַקע אַ געוואַגטער שריט. אין דער ווילדער אַטמאָספֿער קאָן געשען אַלץ: סײַ אַ מלחמה און סײַ אַ שלום־אָפּמאַך. דער שלום קומט אויפֿן אָרט פֿון דער מלחמה, און פֿאַרקערט; און אַזוי גייט די צײַט ווײַטער. בלי-ספֿק, דזשאָן קערי ווייסט עס זייער גוט, פּונקט ווי ער ווייסט, אַז אַ דורכפֿאַל אין די פֿאַרהאַנדלונגען וועט באַטראַכט ווערן ווי נאָך איין געאָפּאָליטישער דורכפֿאַל פֿונעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. דאָס געפֿינען, זאָל זײַן אַ רעלאַטיוון פּאָליטישן באַלאַנס צווישן ירושלים און ראַמאַלאַ, וועט כאָטש ברענגען צו אַ געוויסער השפּעה פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע גייט אויס אויף די אויגן.
דווקא אין דער ריכטונג פֿירט זײַן שווערע אַרבעט דער מלוכה־סעקרעטאַר קערי. ביזן סוף פֿון דער באַשטימטער דאַטע זײַנען געבליבן קנאַפּע דרײַ חדשים, אָבער צו דערנענטערן די פּאָזיציעס פֿון די צדדים, האָט זיך דעם אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלער דערווײַל נישט אײַנגעגעבן… אַ שווערע האָרעוואַניע בײַ גאָר צעשווענקטע רעזולטאַטן.
די סתּירות זײַנען קלאָר, הגם נישט תּמיד לאָזן זיי זיך לאָגיש אַנאַליזירן. די פּאַלעסטינער פֿאָדערן, אַז מיר זאָלן זיי צושטעלן די מאַפּע מיט אַלע פּינקטלעכע גרענעצן צווישן ישׂראל און דער קינפֿטיקער פּאַלעסטינער מלוכה — אַזאַ מאַפּע, טענהן זיי, וועט דינען ווי אַן אָנהייב פֿון אַלע ווײַטערדיקע פֿאַרהאַנדלונגען. מיר, פֿון אונדזער זײַט, פֿאָדערן, אַז די פּאַלעסטינער זאָלן אָנערקענען ישׂראל ווי אַ ייִדישע מלוכה, גלײַך ווי מיר זײַנען טאַקע נישט קיין ייִדישע, נאָר אַ כינעזישע, אָדער עפּעס אַן אַנדערע מלוכה. די פּאַלעסטינער ווילן וועגן דעם נישט וויסן; זיי טענהן, אַז אויף דער טעריטאָריע פֿון ישׂראל וווינען, באַגלײַך מיט ייִדן, אויך גאָר נישט ווייניק אַראַבער. ס‘איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז אויב ס‘וועט געלייזט ווערן די פּראָבלעם פֿון די ישׂראל־אַראַבער, וועט אויך געלייזט ווערן די ווייטיקלעכע פּראָבלעם פֿון אָנערקענען ישׂראל ווי אַ מאָנאָ־נאַציאָנאַלע ייִדישע מדינה.
חוץ די שיינע און פֿײַערלעכע ווערטער, זײַנען פֿאַראַן אויך פֿאַקטן, וואָס רופֿן בײַ קיינעם נישט אַרויס קיין צווייפֿל. דער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, לייגט פֿאָר צו לייזן די שאַרפֿע און ווייטיקלעכע פּראָבלעם דורך אַן אויסטויש פֿון שטחים, וואָס וואָלט געלוינט יעדער צד — צוזאַמען מיט מענטשן און זייער גאַנצן האָב־און־גוטס. די פּאַלעסטינער וועלן באַקומען זייערע מיטברידער צוזאַמען מיטן „אַראַבישן דרײַעק‟ צווישן חדרה און עפֿולה, און מיר וועלן באַקומען די שטחים, וועלכע זײַנען באַזעצט מיט ייִדן, אַרום ירושלים.
אין דעם פֿאַל וועט מען די גרענעצן — סײַ אויף די מאַפּעס און סײַ אויפֿן לאַנד — קאָנען דורכלייגן גרינגער און פּינקטלעכער ווי איצט. צו דעם איז כּדאי צוגעבן, אַז לויט דעם סאָציאָלאָגישן אויספֿרעג, שטיצט אַ דריטל פֿון די ישׂראל־אַראַבער (ס‘רובֿ, יונגע־לײַט) ליבערמאַנס פּלאַן, ווילנדיק זיך פֿאַראייניקן מיט זייערע ברידער און שוועסטער אין די ראַמען פֿון אַ פּאַלעסטינער נאַציאָנאַלער מלוכה, טאַקע לויט דער אַלגעמיינער פֿאָרמל: „צוויי מלוכות פֿון צוויי פֿעלקער‟. בפֿירוש אויף דעם פּלאַן דאַרפֿן מיר קאָנצענטרירן אונדזערע באַמיִונגען בײַ די פֿאַרהאַנדלונגען.
די פּאַלעסטינער פֿאָדערן, אַז ביז ס‘וועלן באַשטימט ווערן די ענדגילטיקע מלוכה־גרענעצן, זאָלן די ייִדן אויפֿהערן צו בויען זייערע ייִשובֿים אין יהודה און שומרון. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די טאַקטיק פֿון „בויען־ניט־בויען‟ איז נישט מער ווי אַן אויפֿרייצנדיקער פֿאַקטאָר, עפּעס אַ מאָדנע שפּיל אונטער דער שאַרפֿער אויפֿזיכט פֿון די אַמעריקאַנער. צוריק גערעדט, האָבן מיר דאָך גאָר וויכטיקערע פֿונדאַמענטאַלע פּאָזיציעס. עס וויל זיך האָפֿן, אַז דווקא אָט די פּאָזיציעס וועלן מיר קיין מאָל נישט מוותּר זײַן. עס גייט די רייד וועגן דער גאַנצקייט פֿון ירושלים און דער פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים.
דאָס צעטיילן ירושלים אויף צוויי הויפּטשטעט — איז אַ דירעקטער וועג צו אַ קאָנפֿליקט אָן אַ סוף. ירושלים טאָר נישט זײַן צעטיילט, ווײַל עס וועט באַלד ברענגען צו אַ מלחמה. די פֿראַגע פֿון צעטיילן ירושלים מוז איין מאָל און אויף שטענדיק אויסגעמעקט ווערן פֿונעם סדר־היום בײַ די פֿאַרהאַנדלונגען. מע דאַרף זוכן און פֿאָרלייגן אַנדערע וועגן צום לייזן די ירושלימער פּראָבלעם, האָבנדיק אין זינען די אינטערעסן פֿון דעם ירושלימער אַראַבישן טייל פֿון דער שטאָט, און גאַראַנטירן די צוקונפֿט פֿון די איסלאַמישע הייליקייטן אין דער אַלטער שטאָט.
די פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים איז נישט ווייניקער שאַרף, ווי די פּראָבלעם פֿון ירושלים; זי וועט אַוודאי אַרויס אַרויף דער אויבערפֿלאַך פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען און פֿאָדערן איר לייזונג. דעריבער דאַרף די פֿראַגע פֿאָרמולירט ווערן זייער קאָנקרעט: „דאָס געזעץ פֿונעם פּליטים־אומקער איז גילטיק נאָר און בלויז אויף דער טעריטאָריע פֿון דער קינפֿטיקער פּאַלעסטינער מלוכה. קיין איין פּאַלעסטינער פּליט וועט נישט ווערן אומגעקערט צו די ערטער, וווּ ער האָט אַמאָל געוווינט, און וואָס געפֿינט זיך איצט אין די גרענעצן פֿון מדינת־ישׂראל‟. נישט קיין 80 טויזנט, ווי אַ זשעסט פֿון גוטן ווילן, נישט 200 טויזנט — קיין איינער נישט! ווײַל דאָס „אומקערן‟ די פּאַלעסטינער פּליטים קיין מדינת־ישׂראל, מיינט, צו מאַכן אַ סוף צו דער אומאָפּהענגיקער ייִדישער מלוכהשקייט.
נישט גערעכט זײַנען יענע, וועלכע טראַכטן, אַז די אַנטוויקלונגען פֿון די „פֿאַרהאַנדלונגען אַרום סיריע‟ און געוויסע שוועריקייטן פֿון די פֿאַרבינדונגען מיט איראַן, האָבן אָפּגעוואָנדן דעם אויפֿמערק פֿון די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען. ס‘איז ווײַט נישט אַזוי. אונדזער „שלום־פּראָצעס‟ איז ווי פֿריִער וויכטיק פֿאַר דער וואַשינגטאָנער אַדמיניסטראַציע. מע קאָן זײַן זיכער, אַז אַ געוויסער „גערעם־אָפּמאַך‟ וועט פֿונדעסטוועגן אונטערגעשריבן ווערן ביז סוף מאַרץ, און ער וועט עפֿענען נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר די פֿאַרהאַנדלונגען.
אַלע וואַרטן מיר מיט געדולד אויף אַ שלום. דערבײַ דאַרף מען נישט פֿאַרגעסן, אַז דער שלום האָט אַ שטענדיקע אַלטערנאַטיוו — אַ מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.