מיר לייענען לעצטנס וועגן אַ סך פֿאַלן פֿון וואַנדאַליזירטע בית־עולמס, בפֿרט אין אייראָפּע, אַז צום באַדויערן, גלוסט זיך אַלץ מער און מער פּשוט איבערצוהיפּן די נײַעס, און לייענען עפּעס אַ ביסל מער פֿריילעכס.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אָבער פֿאַרשוועכט געוואָרן די מצבֿה פֿון אַ פֿרוי, וואָס איר זון איז מײַנער אַן אַלטער פֿרײַנד. צום ערשטן מאָל, האָט עס בײַ מיר אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקע שרעק און כּעס: שרעק פֿאַר די ייִדן, וועלכע וווינען נאָך אין די פֿאַרלאָזטע ייִדישע ערטער אין אייראָפּע, וווּ די פֿאַרשוועכונג איז פֿאָרגעקומען, און כּעס פֿאַר דעם גלײַכגילט צו דעם פֿאַרברעכן מצד די נישט־ייִדישע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן און אײַנוווינער.
גבֿריאל לעוויצקי, אַ 65־יאָריקער איבערזעצער, פּאָעט און קאַריקאַטוריסט, און אַ געבוירענער אין סלאָוואַקײַ, וועלכער וווינט די לעצטע 34 יאָר אין ניו־יאָרק, האָט די וואָך זיך דערוווּסט, אַז דער בית־עולם אין זײַן געבוירן־שטאָט הומענע, מיזרח־סלאָוואַקײַ, איז פֿאַרפּאַטשקעט געוואָרן מיט שפּריצפֿאַרב און אַ צאָל מצבֿות האָט מען איבערגעקערט.
”מײַן זון האָט מיר ערשט געשריבן אַ בליצבריוו, אַז די וואַנדאַלן האָבן אויך פֿאַרשוועכט מײַן מאַמעס מצבֿה,“ האָט גבֿריאל מיר דערציילט.
גבֿריאל, וואָס איז בטבֿע אַ גוטמוטיקער, פֿריילעכער חבֿרה־מאַן, האָט געקלונגען דעפּרימירט און פֿול מיט רוגזה פֿאַר די אומבאַקאַנטע וואַנדאַלן, און ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס: נישט בלויז איז דער אינצידענט אַ פֿאַרשוועכונג פֿון זײַן מאַמעס אָנדענק, נאָר אויך צוליב זײַן אייגענער אומבאַהאָלפֿנקייט. וואָס קען ער דען טאָן, זײַענדיק מער ווי 4,000 מײַל אַוועק?
צום גליק, וווינט זײַן ברודער, יורײַ לעוויצקי, יאָ אין הומענע, און ווי איינער פֿון די איינציקע ייִדן דאָרט, איז ער במילא הײַנט דער פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה און דער אויפֿזעער פֿונעם בית־עולם. גלײַך נאָכן אינצידענט האָט די אָרטיקע צײַטונג, Humensky Korzar, אינטערוויוירט יורײַ און אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן דער וואַנדאַליזירונג, אָבער ביז איצט איז קיינער נישט אַרעסטירט געוואָרן. אין אַ וואָך אַרום וועט גבֿריאל אַליין פֿאָרן קיין הומענע, פֿאָטאָגראַפֿירן וואָס ס׳איז געשען, און זיך באַמיִען אויסצוגעפֿינען מער וועגן דעם אינצידענט.
דער הומענער בית־עולם איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 19טן יאָרהונדערט, און באַשטייט פֿון בערך 900 מצבֿות מיט אויפֿשריפֿטן אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט לשון־קודש, סלאָוואַקיש און דײַטש. אַ סך פֿון די מצבֿות זענען שוין אײַנגעפֿאַלן; אַ טייל פֿון זיי זענען טיילווײַז אײַנגעזונקען אין דער ערד, אָדער אין גאַנצן איבערגעקערט, צוליב וואַנדאַלן.
הומענע איז נאָענט צו דער שטאָט סאַבינאָוו, וווּ מע האָט אין 1965 פֿילמירט The Shop on Main Street, אַן אָנגעזעענער חורבן־פֿילם אויף סלאָוואַקיש און ייִדיש, מיט אידאַ קאַמינסקאַ אין דער הויפּט־ראָלע. ייִדן וווינען אין הומענע זינט דעם יאָר 1743, ווײַל דאָס שטעטל האָט זיך געפֿונען אויפֿן וועג צווישן פּוילן און דעם ראַיאָן פֿון דער גרויסער ווײַן־פּראָדוקציע אין מיזרח־אונגערן. אין 1942 האָבן כּמעט 2,300 ייִדן געוווינט אין הומענע, אָבער ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די נאַציסטישע דעפּאָרטאַציעס און די נאָך־מלחמהדיקע עמיגראַציעס קיין ישׂראל און אַנדערע לענדער, זענען דאָרט הײַנט געבליבן בלויז 20 ייִדן, אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 38,000 נפֿשות.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע האָט וואַנדאַליזירט דעם בית־עולם אין הומענע. אין נאָוועמבער 1986 האָט עמעצער איבערגעקערט 27 מצבֿות, און אין 2008 האָט גבֿריאל, בעת אַ באַזוך, אַליין דערזען אַ צאָל מצבֿות פֿאַרשמירט מיט שוואַרץ־באַפֿאַרבטע האַקנקרייצן.
ווען אַ בית־עולם ווערט פֿאַרשוועכט, וועלן די נישט־ייִדישע אינסטאַנצן עס אָפֿט באַצייכענען ווי סתּם שטיפֿערײַ פֿון יונגע לײַט, פֿאַרגעסנדיק, אַז יעדע מצבֿה רעפּרעזענטירט אַ בן־אָדם — זײַנע אויפֿטוען, זײַנע באַציִונגען מיט משפּחה און פֿרײַנד, און מיט דער וועלט בכלל.
גבֿריאלס מאַמע, עוואַ לעוויצקאַ, איז געבוירן געוואָרן אין 1926 אין אונגערן, און ווי אַ יונג מיידל איז זי דעפּאָרטירט געוואָרן מיט איר משפּחה קיין אוישוויץ. די גאַנצע משפּחה איז דאָרט אומגעקומען. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך אומגעקערט קיין אונגערן, האָפֿנדיק צו געפֿינען אַנדערע לעבן־געבליבענע, און דאָרט האָט זי זיך באַקענט מיט אַ יונגערמאַן, וועלכער האָט אויך געזוכט זײַנע קרובֿים. זיי האָבן זיך פֿאַרליבט און חתונה געהאַט, און זיך באַזעצט אין סלאָוואַקײַ, וואָס איז דעמאָלט ערשט געהאַט אַריבער אין די הענט פֿון די קאָמוניסטן. דאָרטן האָבן זיי געהאַט דרײַ זין: יורײַ, גבֿריאל און ראָבערט.
גבֿריאל האָט דערציילט אַ רירנדיקע געשיכטע וועגן זײַן מאַמען. ווען ער איז געווען אַ קינד, זענען ער און זײַנע ברידער געווען כּמעט די איינציקע ייִדישע ייִנגלעך אין דער שול. ס׳איז געווען אַ „גוט־באַקאַנטער סוד‟, אַז די משפּחה איז אַ ייִדישע, און די שקצים האָבן אָפֿט גערופֿן גבֿריאל ”זשיד“. איין מאָל, ווען ער איז געווען 10 יאָר אַלט, האָט אַ גרופּע ייִנגלעך אים אַזוי שטאַרק אָנגעשלאָגן, אַז ער איז אַהיימגעלאָפֿן מיט אַ געוויין. ער האָט דערציילט דער מאַמען וואָס ס׳איז געשען, מיינענדיק, אַז זי וועט אים זאָגן, אַז ס׳איז גאָרנישט. אָבער פֿאַרקערט, זי איז געוואָרן שטאַרק אין כּעס פֿון דעם אינצידענט. זי האָט אָנגעטאָן אירע פֿײַנסטע קליידער, גענומען איר זון פֿאַר דער האַנט, און געגאַנגען גלײַך אינעם ביוראָ פֿונעם שול־דעריקטאָר.
”אויב איר וועט נישט טאָן עפּעס וועגן דעם אַטאַק אויף מײַן זון, וועל איך פֿאַרזיכערן, אַז איר וועט מער נישט זיצן אויף דער שטול,“ האָט זי געזאָגט, און צוגעגעבן: ”איך בין אַ לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ!“
דער דירעקטאָר האָט מיט אַ מאָל אויסגעזען איבערגעשראָקן. ”אַדרבא, מיר וועלן טאָן אַלץ מעגלעך, אַז דאָס זאָל זיך נישט איבערחזרן, קאָמעראַד לעוויצקאַ!“ האָט ער געענטפֿערט.
”נאָך דעם האָט קיינער מיך מער נישט באַפֿאַלן,“ האָט גבֿריאל געזאָגט.
בערט גראָס, אַ הומענער ייִד, וועלכער פֿירט שוין יאָרן לאַנג אָן מיט אַ פּראָיעקט צו רעמאָנטירן דעם בית־עולם, האָט איבערגעגעבן דעם ”פֿאָרווערטס“, אַז די וואַנדאַלן האָבן די וואָך טאַקע צעשטערט אַ סך מצבֿות פֿונעם בית־עולם, ”און ספּעציעל — די מצבֿה פֿון גבֿריאל לעוויצקיס מאַמען.“
”מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן מיר אויפֿגעשטעלט אַ וואַנט פֿון בעטאָן אַרום דעם בית־עולם, אָבער די וואַנדאַלן זענען איצט, אַ פּנים, פּשוט אַריבערגעקראָכן די וואַנט,“ האָט גראָס געזאָגט. הגם גראָס וווינט אין ניו־יאָרק, פֿאָרט ער אָפֿט צוריק קיין הומענע צו קאָנטראָלירן דעם מצבֿ פֿונעם בית־עולם, און האָט דערווײַל שוין געזאַמלט צווישן 60,000$ און 65,000$ פֿון זײַנע לאַנדסלײַט לטובֿת דעם רעמאָנט.
אין סלאָוואַקײַ קומען כּסדר פֿאָר פֿאַרשוועכונגען פֿון די ייִדישע בית־עולמס, אָבער ביז איצט האָט מען קיין איין מענטש נישט אַרעסטירט צוליב דעם, און דאָס איז אַ טייל פֿון דער פּראָבלעם, האָט גראָס געזאָגט. אינעם אַלטן בית־עולם אין קאָזיצע, למשל, האָבן די וואַנדאַלן אין אַפּריל 2012 איבערגעקערט און חרובֿ געמאַכט 55 מצבֿות, און מיט צען יאָר פֿריִער האָבן דרײַ יונגע לײַט קאַליע געמאַכט 135 מצבֿות.
”ווען מע האָט אַנטדעקט די חורבֿה אין קאָזיצע מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען דווקא יאָ געפֿונען די וואַנדאַלן און זיי געבראַכט אין געריכט,“ האָט גראָס דערקלערט. ”אָבער דער ריכטער האָט געפּסקנט, אַז דאָס זענען בלויז ׳אַ גרופּע יונגע כוליגאַנעס׳, האָט ער געהייסן די עלטערן פֿון די וואַנדאַלן אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך, אַז זיי זאָלן האַלטן אַן אויג אויף זייערע זין, צו זען, אַז דאָס זאָל מער נישט געשען. מער ווי דאָס — גאָרנישט.“
”די פּאָליציי זאָגט אונדז: ׳נעמט זיך נישט איבער, ס׳איז בלויז אַ פּאָר יונגע לײַט, וואָס האָבן עס געטאָן; נישט כּדאַי צו מאַכן דערפֿון אַ געוואַלד׳,“ האָט גבֿריאל געזאָגט. ”אָבער דאָס איז אַ קרומער אופֿן פֿון טראַכטן. באַלד ווי אַ מענטש גנבֿעט זיך אַרײַן אין אַ בית־עולם מיטן ציל עס צו צעשטערן, הייסט עס שוין אַ פֿאַרברעכן.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.