ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

סעם בערקאָוויץ, באַקאַנטער געלערנטער פֿון גענעטיק
סעם בערקאָוויץ, באַקאַנטער געלערנטער פֿון גענעטיק

פֿון שרה זילבערמאַן

Published February 03, 2014, issue of February 28, 2014.

15 אויסטראַלישע ייִדן באַקומען נאַציאָנאַלע אויסצייכענונגען

יעדעס יאָר פֿײַערן די אויסטראַליער דעם 26סטן יאַנואַר, דעם טאָג, ווען די בריטישע קאָלאָניע אין סידנעי איז געגרינדעט געוואָרן, ווי „אויסטראַליע־טאָג‟. אין יענעם טאָג ווערן צוגעטיילט ספּעציעלע פֿעדעראַלע אויסצייכענונגען. הײַיאָר האָבן די ייִדן באַקומען 2.35% פֿון די סך-הכּל 683 אויסצייכענונגען. צווישן זיי זײַנען געווען דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן, אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה און אַקטיוויסטן פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט. די פּרעמירטע ייִדן זײַנען געקומען פֿון די שטאַטן וויקטאָריע, ניו־סאַוט וויילס, קווינסלאַנד און נאָרטהערן טערעטאָרי. פֿעדעראַלע אויסצייכענונגען ווערן אויך צוגעטיילט אין חודש יוני, אָפּצומערקן דעם קיניגינס אָפֿיציעלן געבורטסטאָג.

ייִדישע טאָגשולן אין דרײַ שטאַטן הייבן אָן דעם נײַעם שול־יאָר

ייִדישע תּלמידים און תּלמידות אין עלטער פֿון דרײַ ביז אַכצן יאָר, אין וויקטאָריע, ניו־סאַוט וויילס און קווינסלאַנד, האָבן אָנגעהויבן דעם נײַעם שול־יאָר אין ייִדישע טאָגשולן.

דער אויסערן־מיניסטאָרין פֿאַרטיידיקט איר אויסטײַטשונג פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ

אויסטראַליעס אויסערן־מיניסטאָרין, דזשולי בישאָפּ, האָט פֿאַרטיידיקט איר אויסטײַטשונג, אַז די ייִדישע זידלונגען אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין מיזרח־ירושלים זײַנען נישט אומלעגאַל, לויטן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ, נאָך דעם ווי סאַיִב ערעקאַט, דער הויפּט־פֿאָרשטייער פֿון די פּאַלעסטינער בײַ די איצטיקע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען האָט זי באַשולדיקט אין „וועלן איבערמאַכן דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געזעץ אויף דאָס נײַ‟, אין אַן אַרטיקל, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין אַ סידנעיער טאָג־צײַטונג. בישאָפּ האָט געענטפֿערט דערויף, זאָגנדיק, אַז „די פֿאַרהאַנדלונגען וועלן באַשטימען דעם סטאַטוס פֿון די קאָלאָניעס, און נישט דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געזעץ‟. דער עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום האָט פֿאַרטיידיקט בישאָפּס צוגאַנג, זאָגנדיק, אַז אירע באַמערקונגען „האָבן נישט פֿאַרדינט די עקסטרעמע רעאַקציע, וואָס איז געווען געצילט קעגן איר‟.

מלוכה־מאַן טאַדלט „אָקספֿאַם‟

מײַקל דענבי, דער סעקרעטאַר בײַם אָנפֿירער פֿון דער לייבאָר־אָפּאָזיציע אין דער אויסטראַלישער פֿעדעראַלער רעגירונג, האָט געטאַדלט די אינטערנאַציאָנאַלע הילף-אָרגאַניזאַציע „אָקספֿאַם‟ פֿאַר אָפּזאָגן דער אַקטריסע סקאַרלעט דזשאָהענסאָן פֿאַר איר אונטערשטיצונג פֿון דער ישׂראלדיקער פֿירמע „סאָדאַ סטרים‟. די פֿירמע האָט אַ פֿאַבריק אויפֿן מערבֿ־ברעג, און „אָקספֿאַם‟ האָט זי דערפֿאַר באַשולדיקט אין „אונטערשטיצן די אָרעמקייט און דאָס צונעמען ציווילע רעכט‟ בײַ די לאָקאַלע פּאַלעסטינער. דענבי האָט באַשולדיקט „אָקספֿאַם‟ אין וועלן „אָפּשאַפֿן די מדינה אין גאַנצן‟, און נישט בלויז אינעם וועלן ענדערן געוויסע געזעצן אירע.

דער פרעמיער־מיניסטער טרעפֿט זיך מיט בנימין נתניהו

דער נײַער ליבעראַלער פּרעמיער־מיניסטער פֿון אויסטראַליע, טאָני עבאָט, האָט זיך געטראָפֿן מיטן פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, בנימין נתניהו, בײַ די אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַרהאַנדלונגען וועגן עקאָנאָמיע, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין דאַוואָס, שווייץ. זיי האָבן גערעדט צווישן זיך וועגן זיכערהייט, וועגן דער לאַגע אין סיריע און וועגן איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם.

ייִדישע יוגנט-גרופּעס מאַרשירן אינעם האָמאָסעקסואַליסטישן שטאָלץ־פּאַראַד

פֿאָרשטייער פֿון די מעלבורנער ייִדישע יוגנט-גרופּעס האָבן מאַרשירט אינעם האָמאָסעקסואַליסטישן שטאָלץ־פּאַראַד אין מעלבורן מיט מדינת־ישׂראלדיקע פֿענער און האָמאָסעקסואַליסטישע שטאָלץ-פֿענער.

געשטאָרבן איינער פֿון די „חסידי אומות העולם‟

אַדריאַנוס וואַן אַס, וואָס האָט געראַטעוועט 1182 ייִדן פֿונעם נאַצישן לאַגער אין וועסטערבאָרק, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי בערטאַ, איז געשטאָרבן אינעם סידנעיער ייִדישן מושבֿ־זקנים אין עלטער פֿון 94 יאָר. ער האָט זיך באַזעצט אין אויסטראַליע מיט אַ 50 יאָר צוריק.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.