אינעם ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟, האָט מען נישט לאַנג צוריק אויסגעשטעלט 24 עקספּאָנאַטן פֿונעם איראַקער ייִדישן אַרכיוו. דעם 3טן פֿעברואַר בין איך געקומען אינעם מוזיי צו זען די אויסשטעלונג מיטן נאָמען „אַנטדעקונג און אָפּזוכענישן: אָפּהיטן די ייִדישע ירושה פֿון איראַק‟. צווישן די עקספּאָנאַטן געפֿינט זיך אַן אַלטער תּנ״ך פֿונעם 16טן יאָרהונדערט; אַ האַנטשריפֿטלעכע הגדה פֿונעם יאָר 1902; לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר אַ ייִדיש שול־קינד, פֿון 1967. די עקספּאָזיציע איז טאַקע אַ שיינע — אָבער אויך טיף פֿאַרבונדן מיט פּאָליטיק.
אינעם יאָר 2003, האָבן די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אַנטדעקט 2,700 ביכער און צענדליקער טויזנט דאָקומענטן אינעם פֿאַרפֿלייצטן קעלער פֿון סאַדאַם כוסיינס הויפּט־שטאַב פֿון אויסשפּירונג. די איראַקער אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן דערלויבט דעם אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלן אַרכיוו אין וואַשינגטאָן צו רעסטאַוורירן די פֿאַרשימלטע חפֿצים — בתּנאַי, אַז הײַיאָר, אין יוני, וועט מען זיי אומקערן אין איראַק.
אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס בעטן דעם קאָנגרעס איבערצולאָזן די עקספּאָנאַטן אין אַמעריקע. 10 סענאַטאָרן שטיצן זייער מיינונג. אַ סך פֿון די איראַקישער ייִדן, וועלכע זענען געקומען צו זען די איצטיקע אויסשטעלונג, האַלטן אויך אַזוי. זײַענדיק אַן איראַקער ייִד, בין איך בשום־אופֿן נישט מסכּים.
פֿאַרוואָס זאָלן די איראַקער ייִדישע אוצרות בלײַבן אין אַמעריקע? די דערמאָנטע גרופּעס טענהן, אַז די עקספּאָנאַטן זענען סײַ־ווי־סײַ צוגעגנבֿעט בײַ די ייִדן, און דערפֿאַר געהערן זיי צו די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע; אַז ייִדן האָבן געליטן אין איראַק פֿון שטאַרקע רדיפֿות; אַז ווי באַלד בלויז אַ קנאַפּע צאָל פֿון בערך פֿינף ייִדן וווינען אין איראַק, און פֿאַר ס׳רובֿ ייִדן אין דער וועלט איז שווער צו פֿאָרן אַהין, דאַרפֿן זיי ליגן אין אַן אַנדער לאַנד.
לאָמיר זאָגן — אויב ס׳איז טאַקע אמת — אַז די דאָזיקע אוצרות זענען צוגעגנבֿעט געוואָרן בײַ די ייִדן. אויב דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט וועט נישט האַלטן דאָס וואָרט זיי אומצוקערן, וועט מען זיי ווידער צוגנבֿענען — ווי אַ טייל פֿונעם זעלבן מין קולטורעלן אימפּעריאַליזם, צוליב וועלכן אַ סך עגיפּטישע אַרטעפֿאַקטן פֿילן אויס גאַנצע זאַלן אינעם בריטישן מוזיי. צווישן אַנדערע געפֿערלעכע חורבנות, האָט די אַמעריקאַנער אַרמיי אינעם יאָר 2003 צעשטערט דעם איראַקישן נאַציאָנאַלן מוזיי; דער עצם־געדאַנק צוצוגנבֿענען איצט אַזעלכע אוצרות פֿאַר די אַמעריקאַנער מוזייען איז ממש אַ שאַנדע.
יאָ, נאָך דער אַראַביש־ישׂראלדיקער מלחמה פֿונעם יאָר 1948 האָבן די איראַקישע ייִדן געליטן פֿון ביטערע רדיפֿות. מײַן זיידע, צוזאַמען מיט זײַן ברודער, זענען צוליב דעם אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל. איראַק איז אָבער נישט דאָס איינציקע לאַנד, וווּ ייִדן האָבן געליטן. צי מיינט עס, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל זיך אויך געבן אַן עצה צו קריגן אַלע ייִדישע עקספּאָנאַטן פֿון דײַטשלאַנד צי שפּאַניע?
פֿאַר אַ סך ייִדן — בפֿרט אַזעלכע ישׂראלדיקע בירגער, ווי איך — איז טאַקע שווער צו באַזוכן איראַק. דעמאָלט דאַרף מען שאַפֿן אַ דיגיטאַלישן מוזיי פֿאַר אַלעמען — מע האָט עס שוין אָנגעהויבן טאָן — אָדער אָפּמאַכן מיט דער איראַקישער רעגירונג צו ברענגען די עקספּאָנאַטן, פֿון צײַט צו צײַט, קיין אַנדערע לענדער.
מאַנהעטן איז נישט דאָס וויגל פֿון דער ייִדישער ציוויליזאַציע. דער תּלמוד־בבֿלי, דער יסודותדיקער ייִדישער טעקסט, איז אָנגעשריבן געוואָרן אין איראַק. אַדרבה, אין דער הײַנטיקער תּקופֿה, ווען אויפֿן מערבֿ באַטראַכט מען אָפֿט די אַראַבער ווי אַנטיסעמיטן, איז וויכטיק צו דערמאָנען דער וועלט, אַז דאָס ייִדישע לעבן האָט אַמאָל געבליט אין די אַראַבישע לענדער. אין אייראָפּע זענען הײַנט פֿאַראַן מוזייען, פֿאַרבונדן מיט דער „קרישטאָלנאַכט‟. פּונקט אַזוי, וואָלט געווען כּדאַי צו עפֿענען אין איראַק אַן אָרט, וווּ דער אָרטיקער עולם קאָן זיך באַקענען מיט דער בלוטיקער געשיכטע פֿון „פֿאַרהוד‟ — דער ריזיקער אַנטי־ייִדישער פּאָגראָם אין באַגדאַד, וועלכער איז אויסגעבראָכן שבֿועות, אינעם יאָר 1941.
אַגבֿ, ווער קאָן וויסן, אַז אין דער צוקונפֿט וועט אין איראַק קיינמאָל מער נישט זײַן קיין ייִדישע קהילה? ייִדן וווינען הײַנט אין אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט דײַטשלאַנד. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז געוויסע ייִדן וועלן זיך אַמאָל באַזעצן אין איראַק אָדער באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַזוכן דאָס דאָזיקע לאַנד. אַזוי צי אַזוי, דאַרף די אַמעריקאַנער רעגירונג אויספֿירן דעם צוזאָג און אומקערן די איראַקער אַרכיוון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.