דעם 27סטן יאַנואַר 2013 איז מען געװויר געװאָרן, אַז אַרגענטינע האָט אוטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט איראַן. דער אַזוי גערופֿענער „מעמאָראַנדום פֿאַר אַ פֿאַרשטאַנד צװישן אַרגענטינע און איראַן‟, האָט צערודערט דעם אַרגענטינער ייִדישן ייִשובֿ, ספּעציעל די געליטענע פֿונעם אַטענטאַט פֿון 1994.
דער אָפּמאַך איז אונטערגעשריבן געװאָרן אין אַדיס אַבעבאַ, עטיאָפּיע, צװישן אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער, העקטאָר טימערמאַן און דער איראַנער אַלי אַקבאַר סאַלעהי. דער אָפּמאַך האָט געשאַפֿן אַ „קאָמיסיע פֿאַרן אמת‟, װאָס האָט געדאַרפֿט רעװידירן אַלע דאָקומענטן פֿונעם מישפּט װעגן אַטענטאַט.
פֿינף אינטערנאַציאָנאַלע יוריסטן, װאָס ביידע מדינות האָבן געזאָלט אויסקלײַבן, האָבן באַדאַרפֿט אויספֿרעגן אין טעהעראַן די איראַנער באַשולדיקטע, װאָס װערן געזוכט דורך „אינטערפּאָל‟. די אַרגענטינער רעגירונג האָט כּסדר פֿאַרטיידיקט די אונטערהאַנלונגען, װײַל „דאָס װעט דערמעגלעכן די אויספֿאָרשונג זאָל אַװאַנסירן, און צום ערשטן מאָל װעט מען קענען זיך טרעפֿן און אויספֿרעגן די באַשולדיקטע‟.
פֿון דער ערשטער מינוט אָן האָבן די פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ געהאַלטן, אַז דער אָפּמאַך איז לעכערלעך, און ער קען נאָר שעדיקן. משפּחות פֿון די אומגעקומענע האָבן געטיילט זייערע מיינונגען און אייניקע האָבן געשטיצט די רעגירונג. אין ישׂראל האָט דער אָפּמאַך אַרויסגערופֿן אַנטוישונג און די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין אין בוענאָס־אײַרעס האָט זיך געטראָפֿן מיטן אויסערן־מיניסטער און געפֿאָדערט פֿון אים, ער זאָל אויפֿקלערן די מאָטיװירונגען פֿונעם אָפּמאַך. דער אַרגענטינער פּאַרלאַמענט האָט גוטגעהייסן דעם אָפּמאַך נאָך אַ לאַנגער דעבאַטע פֿון 13 שעה — 131 שטימענ „פֿאַר‟, און 113 „קעגן‟.
די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער קהילה און פֿון דער „דאַיאַ‟ האָבן אָנגעגעבן אין געריכט אַן אָנקלאָג קעגן דעם אָפּמאַך װי אַ „נישט קאָנסטיטוציאָנעלער‟, װאָס איז אָפּגעװאָרפֿן געװאָרן פֿונעם העכטן טריבונאַל. פֿיר חדשים שפּעטער האָט די אַרגענטינער רעגירונג געמאָלדן, אַז זי האָט ניט קיין נײַעסן פֿון איראַן, װאָס האָט נאָך ניט אָנגענומען אָפֿיציעל, דורך זייער פּאַרלאַמענט, דעם אָפּמאַך.
אַ יאָר נאָכן אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך האָט די ייִדישע אָנפֿירערשאַפֿט געבעטן בײַם פּאַרלאַמענט אָפּשאַפֿן דעם אָנגענומענעם געזעץ און דער אויסערן־מיניסטער האָט אָנערקענט, אַז די איראַנער רעגירונג האָט ניט ארויסגעװיזן קיין אינטערעס אין דער אויספֿאָרשונג, אָבער דאָך האַלט ער, אַז דער אָפּמאַך איז אַ טריט פאָרויס אין דער אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט. אין אַרגענטינע האַלט מען אָבער, אַז דער אָפּמאַך איז דורכגעפֿאַלן און איראַן האָט פֿאַרשלעפּט די אויספֿאָרשונג אויף נאָך אַ יאָר.
מאַריאָ פּאָלי, דער אַרציבישאָף פֿון בוענאָס־אײַרעס, װאָס פֿאַרנעמט דעם אַמט פֿון פּויפּסט פֿראַנסיס, האָט פֿאַרבעטן אַ פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון ייִדישן ייִשובֿ צו באַהאַנדלען די װיכטיקייט פֿונעם צווישן־רעליגיעזן דיאַלאָג מיט די פֿאַרשיידענע גלויבנס, װי אַ פֿאָרעם צו באַקעמפֿן דעם אנטיסעמיטיזם און די דיסקרימינאַציע. די „דאַיאַ‟ האָט זיך אויך סאָלידאַריזירט מיט פּאָלי איבער די פֿאַרשװעכונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען די לעצטע חדשים אויף אייניקע קירכעס, ספּעציעל אין דער בוענאָס־אײַרעסער קאַטעדראַל, וווּ מען האָט געװאָלט שטערן דעם עקומענישן צוזאַמענקום, װען מען האָט דערמאָנט די „קרישטאָלנאַכט‟.
אונטער פֿראַנסיס׳ לאָזונג, אַז „אַגרעסיעס זײַנען ניט קיין מיטל פֿאַר אמונה־אַקטן’, האָבן 40 יוגנטלעכע, אין עלטער פֿון 18 און 30 יאָר, װאָס האָבן זיך באַטייליקט אינעם „ערשטן ייִדישן־קריסטלעכן צוזאַמענקום פֿאַר דער סאָלידאַריטעט‟, צונויפֿגערופֿן פֿונעם ייִדישן לאַטײַן־אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דער קירכע פֿון סאַן איסידראָ — אַ בײַשטאָט בשכנות מיט בוענאָס־אײַרעסער — און דער ספּאָרט-קלוב „מכּבי‟, רעסטוירירט און אָפּגעפֿאַרבט אַ פֿאָלקשול פֿון אַן אָרעמער געגנט.
די אוטערנעמונג איז ברייט אָפּגעשפּיגלט געװאָרן דורך דער פּרעסע און שטאַרק אָפּגעשאַצט געװאָרן אין פֿאַרשיידענע קרײַזן, װאָס האָבן אויסגעדריקט די מיינונג, אַז אונטערנעמונגען פֿון דעם מין דאַרפֿן פֿאָרגעזעצט װערן.
אַבֿרהם װאָרצמאַן, דער ישׂראלדיקער װיצע־מיניסטער פֿאַר דערציִונג, האָט באַזוכט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה. באַגלייט פֿון פֿאָרשטייער פֿון אורוגװײַ און יוגנט־אָרגאַניזאַציעס, האָט ער פֿאָרגעלייגט פּלענער צו פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע דערציִונג צװישן דער יוגנט.
משה אינװאַר, פּראָפֿעסאָר פֿון געאָמאָרפֿאָלאָגיע אינעם חיפֿהר אוניװערסיטעט, האָט באַזוכט אַרגענטינע. ער איז פֿאַרבעטן געװאָרן דורך דער רעגירונג און פֿאַרשיידענע אַקאַדעמישע צענטערס צו באַהאַנדלען טעמעס פֿון זײַן ספּעציאַליטעט, דהײַנו: װי צו זײַן גרייט אויסצומײַדן װעטער־קאַטאַקליזמען. ער האָט מיטגעאַרבעט מיט די גובערנאַמענטאַלע קאָמיסיעס און אַקאַדעמישע פֿאָרומס, און אָפּגעשאַצט די אַרבעט, װאָס װערט געטאָן אין אַרגענטינע. דאָס װיכטיקסטע איז צו אַרבעטן נאָך איידער דער אומגליק געשעט, און נישט נאָר בעת אָדער נאָך דעם, װי עס קומען פֿאָר די נאַטור־פּראָבלעמען.
װען צו בלײַבן לעבן איז געװען כּמעט װי אוממעגלעך, האָט ער עס באַװיזן. זײַן בוך באַשרײַבט דאָס לעבן פֿון אַ ייִדיש קינד פֿאַר און בעתן חורבן. לעאָן לייסאָנס בוך „אַ קינד אויף אַ הילצערנער פּושקע‟, איז אַפֿשר דאָס איינציקע בוך זכרונות פֿון אַ געראַטעװעט קינד דורך אָסקאַר שינדלער, װאָס האָט אים אַרויסגעראַטעװעט פֿונעם לאַגער און אים געמאַכט פֿאַר אַן אַרבעטער אין זײַן פֿאַבריק.
שינדלער האָט איבערגעצײַגט די דײַטשן, אַז לעאָן, צוליב זײַן הייך, איז דער איינציקער, װאָס קען אָנשטעלן אַ הייבער פֿון אַ מאַשין, װאָס האָט זיך געפֿונען אויף אַ הילצערנער פּושקע. ער איז דעמאָלט אַלט געװען 10 יאָר. זײַן בוך איז אַן עדות פֿונעם לעבן אין קראָקער געטאָ, און האָט שוידערלעכע באַשרײַבונגען פֿון אַמאָן גאָט, דער סאַדיסטישער נאַצישער קאָמאַנדאַנט, װאָס איז נאָך דער באַפֿרײַונג באַלד געמישפּט און אויפֿגעהאָנגען געװאָרן דורך דער סאָװעטישער אַרמיי.
לייסאָן, זײַן פֿאָטער און צװיי פֿון זײַנע פֿיר ברידער, זײַנען געבליבן בײַם לעבן, און ער האָט די גאַנצע צײַט נישט גערעדט װעגן דעם. שפּילבערגס פֿילם איז פֿאַר אים געװאָרן אַ סטימול צו שרײַבן זײַנע זכרונות. ער איז געשטאָרבן אין יאַנואַר 2013 און זײַן בוך איז נאָר װאָס אַרויס אין בוענאָס־אײַרעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.