ייִדן קומען קיין סאָטשי

Sochi Ready for Jewish Arrivals

הרבֿ אַרי עדעלקאָפּף קלאַפּט צו אַ מזוזה אין אַ צײַטווײַליקער שיל פֿאַר די אָלימפּיאַדע־באַזוכער
Crownheights.info
הרבֿ אַרי עדעלקאָפּף קלאַפּט צו אַ מזוזה אין אַ צײַטווײַליקער שיל פֿאַר די אָלימפּיאַדע־באַזוכער

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published February 09, 2014, issue of February 28, 2014.

סאָטשי איז אַ באַרימטער רוסלענדישער קוראָרט, מיטן ווייכן זאַמד אויף די וווּנדערלעכע פּלאַזשעס. די פֿאַרגאַנגענע וואָך זענען אין דער דאָזיקער שטאָט געקומען טויזנטער ייִדישער טוריסטן, צוליב דער ווינטער־אָלימפּיאַדע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 7טן פֿעברואַר.

בלויז אַ רעלאַטיוו קליינע צאָל אָרטיקע ייִדן, אַרײַנגערעכנט איין רבֿ, וווינען אין סאָטשי — אַ שטאָט מיט 400,000 אײַנוווינער, וווּהין עס קומען איצט אָן צענדליקער טויזנטער ייִדן. פֿרײַטיק, האָט מען דאָרטן געעפֿנט פֿינף ייִדישע אינפֿאָרמאַציע־צענטערס און דרײַ שילן מיט 13 רבנים.

די נײַ־געעפֿנטע ייִדישע אינפֿראַסטרוקטור אין סאָטשי איז פֿאַרבונדן נישט בלויז מיט די אָלימפּישע שפּילן. די „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד‟, פֿאַרבונדן מיט חב״ד־ליובאַוויטש, האָט איבערגעגעבן, אַז ס׳איז אויך אַ סימן, אַז דאָס אָרטיקע ייִדישע לעבן אַנטוויקלט זיך ברייטער. ברוך גאָרין, אַ ליובאַוויטשער רבֿ פֿון מאָסקווע, האָט דערקלערט, אַז די אָרטיקע ייִדישע קהילה וועט דינען ווי אַ מין „אַמבאַסאַדע‟ פֿאַר די אויסלענדישע טוריסטן; די טוריסטן, ספּאָרטלער, זשורנאַליסטן און פּאָליטיקער זאָלן וויסן, אַז אין רוסלאַנד וווינען אויך ייִדן.

אַרי עדעלקאָפּף, דער ליובאַוויטשער רבֿ, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין לאָס־אַנדזשעלעס און וווינט אין סאָטשי, האָט דערציילט דער ייִט״אַ, אַז זײַן קהילה האָט צוגעגרייט 7,000 כּשרע מאָלצײַטן, אָרגאַניזירט די תּפֿילות און שבתדיקע סעודות. לויטן ליובאַוויטשער שטייגער, האָט מען אויך געעפֿנט „תּפֿילין־סטאַנציעס‟. דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָט מען געעפֿנט אַ ספּעציעלע וועבזײַט אויף ענגליש, „Jewishsochi.com‟, וווּ מע קען אויסגעפֿינען מער אינפֿאָרמאַציע וועגן די ייִדישע ערטער אין דער שטאָט.

די ייִדישע קהילה אין סאָטשי האָט זיך אָנגעהויבן גרייטן צו דער אָלימפּיאַדע במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. מע האָט דורכגעפֿירט אַ ערנסטן רעמאָנט אין דער קליינער שיל און געבראַכט אַהין אַ נײַע ספֿר־תּורה. פֿרײַטיק, האָט די שיל מקבל־פּנים געווען די ייִדישע ספּאָרטלער.

אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע רוסלענדישע שטעט, ווערט די ייִדישע טעטיקייט אין סאָטשי אָרגאַניזירט דורך חב״ד. אין דעצעמבער, האָט דער ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ, בערל לאַזאַר, איבערגעגעבן, אַז אין גיכן פּלאַנירט מען צו עפֿענען 12 נײַע שילן איבערן לאַנד, פֿון קאַלינינגראַד ביז ביראָבידזשאַן. אין מאָסקווע וועלן זיך עפֿענען פֿינף נײַע מנינים.