דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר אין אָװנט, האָט פּראָפֿעסאָר מײַקל שטײנלױף פֿונעם גראַץ־קאָלעדזש, פֿילאַדעלפֿיע, אָפּגעהאַלטן בײַם ייִװאָ אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „י. ל. פּרץ אין אַ צײַט פֿון רעװאָלוציע‟. קודם־כּל, האָט פּראָפֿעסאָר שטײנלױף געשילדערט אַ בילד פֿון פּרץ, ווי אַ מאָנומענטאַלע קולטורעלע געשטאַלט, װאָס בײַם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט איז נישט נאָר געװען, אפֿשר, דער סאַמע גרעסטער ייִדישער שרײַבער אױף בײדע זײַטן פֿונעם אַטלאַנטיק, אָבער װאָס איז אױך געװען אַ ייִדישער קולטורעלער כּלל-טוער, אַ מענטאָר פֿאַר יונגע ייִדישע שרײַבערס, און אַן אַדמיניסטראַטאָר פֿון ייִדישן בית-עולם בײַ דער װאַרשעװער געמײנדע.
װי ס‘איז באַקאַנט, האָט פּרץ אין די לעצטע פּאָר יאָר פֿון 19טן יאָרהונדערט אָפֿט באַזוכט אומלעגאַלע סאָציאַליסטישע אַסיפֿות; ער האָט אין זײַנע ווערק אַרױסגעװיזן אַ קלאָרן מיטגעפֿיל פֿאַר די אונטערגעדריקטע אַרבעטער־מאַסן, און איז אַפֿילו אַרעסטירט געװאָרן צוליב זײַן שײַכות מיט די סאָציאַליסטן. בײַם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט האָט פּרצעס באַציִונג צום סאָציאַליזם זיך געביטן.
פּראָפֿעסאָר שטײנלױף האָט, בעיקר, גערעדט װעגן פּרצעס קריטיק פֿון סאָציאַליזם און נאַציאָנאַליזם בשעת דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע. װיבאַלד די באַװעגונגען זײַנען געװאָרן מאַסן־באַװעגונגען, האָט פּרץ אָנגעהױבן זיך אַרויסצוזאָגן זייער קריטיש, װאָס פֿריִער האָט מען עס פֿון אים נישט געהערט. פֿון אײן זײַט, האָט ער זיך נאָך אַלץ אידענטיפֿיצירט מיטן אונטערגעדריקטן אַרבעטער, און געװאָלט פֿאַרבעסערן זײַן מצבֿ. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער געהאַלטן, אַז מיט די אַלע מאַסן־באַװעגונגען, אַפֿילו יענע, װאָס זײַנען געגרינדעט אױף די שענסטע אידעאַלן, איז דאָ אַ סכּנה, אַז די מענטשלעכע אײגנאַרטיקײט, שעפֿערישקײט, און פֿרײַהײט װעלן װערן באַשטרענגט און אונטערפֿאַלן אונטער מיטלמעסיקע סטאַנדאַרטן.
פּראָפֿעסאָר שטײנלױף האָט געלײענט אויסצוגן פֿון פּרצעס באַקאַנטער עסײ, „האָפֿענונג און שרעק‟ (1906), און אַנדערע עסײען און אַרטיקלען, כּדי צו פֿאָרמולירן אַן אימאַזש פֿון פּרצן, ווי אײנער װאָס איז געװען װיזיאָנעריש-אױפֿמערקזאַם צו דעם, װוּהין װעלן זיך לאָזן די מאַסן־באַװעגונגען פֿון סאָציאַליזם און נאַציאָנאַליזם; פֿון אַ פּרץ, װאָס איז געװען אַ שטיקל נבֿיא און האָט פֿאַרשטאַנען, אַז סײַ די נשמה, סײַ דער גוף פֿון ייִדישן פֿאָלק אין מיזרח-אײראָפּע האָבן אין דעם מאָמענט זיך געפֿונען אין אַ באַלאַנס, און אַז מע װעט נישט קענען באַהערשן די כּוחות פֿון אָט די באַװעגונגען.
דער לעקטאָר האָט קלאָר אַרױסגעברענגט די צײַטגײַסט פֿון דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע אױף דער ייִדישער גאַס אין װאַרשע, און װיאַזױ פּרץ האָט טיף פֿאַרשטאַנען סײַ די מעגלעכקײטן פֿון די װאַקסנדיקע באַװעגונגען פֿון סאָציאַליזם און נאַציאָנאַליזם פֿאַרן לײזן דעם דלות און אונטערדריקונג, סײַ די סכּנה פֿאַר נײַע אופֿנים פֿון אונטערדריקונג און קאַטאַקליזמישן געװאַלד.
פּראָפֿעסאָר שטײנלױפֿס רעפֿעראַט האָט אױפֿגעלעבט אַ װיכטיקע תּקופֿה אין דער אַנטװיקלונג פֿון פּרץ, ווי אַ שרײַבער און דענקער. אָבער עס איז דאָ אײן פּונקט, װאָס איז לויט מײַן מיינונג, אַן עיקרדיקער אינעם פֿאַרשטײן פּרצן. פּרץ האָט געהאַט אַ װיזיע (אָדער בעסער געזאָגט, אַ סך װיזיעס) פֿון אַ בעסערע צוקונפֿט פֿאַר ייִדן און מענטשן בכלל. ער האָט אױך געװאָלט שאַפֿן אַ סעקולערע ייִדיש-קולטור, באַזירט אױף הומאַניסטישע מידות און מיט אַ ייִדישן תּוך. ער האָט ממש געשטורעמט מיט קריטיק און עצות אין זײַן שאַפֿונג. פֿון דעסטוועגן, האָט ער, חוץ אַן אַלגעמײנער קולטורעלער פּראָגראַם, קײן קלאָרע אידעאָלאָגיע נישט געהאַט; און אױך נישט קײן גרונטלעכע סטראַטעגיע מקיים צו זײַן דעם לכתּחילהדיקן װעלטבאַנעם. דערפֿאַר האָבן די קריטיקער פֿאַרגליכן פּרצן מיט אַ מאַן, װאָס קוקט אױף אידעעס װי אויף שײנע פֿרױען, מיט װעלכע ס‘איז גוט צו פֿירן ליבעס, אָבער נישט חתונה צו האָבן.
דעריבער מוז מען פֿאַרשטײן פּרצן בשלמות. יעדע מעשׂה, ליד, פּיעסע און עסײ איז אַ קאַמפֿפּונקט אין אַ לעבנסלאַנגן קריג מגלה צו זײַן פֿאַר זיך און פֿאַר זײַן פֿאָלק אַ װיזיאָנערישן אידעאַל, װאָס האָט זיך שטענדיק אַלײן אַנטװיקלט, אָבער איז געבליבן אַ װיזיע אָן אַ פּראָגראַם, אָן קײן „איזם‟; נאָר צו בױען אַ קולטור אױף ייִדיש מיט אַ ייִדישן אינהאַלט איז ער געבליבן געטרײַ.
צוליב דעם װאָס זײַן אידיאָלאָגיע איז נישט געװען קלאָר, האָט יעדע באַװעגונג און יעדער דור געקענט טײַטשן זײַנע מעשׂיות לױטן אײגענעם קוקווינקל. עס איז מעגלעך, אַז מ׳האָט אָפֿטער פֿאַרשטאַנען פּרצעס מעשׂיות מיט אַ פֿאַלשן אָדער צו-פּשוטן באַדײַט, װי מיט פּרצעס אָריגינעלע כּװנה. אָבער אין יאָר 2014 קאָן מען זיכער זאָגן: דאָס איז נישט קײן חסרון, פּונקט פֿאַרקערט — אַ מעלה.
זאָלן די ערנסטע סטודענטן פֿון ייִדישער ליטעראַטור פּראָבירן צו דערגרײכן אַ טיפֿערע פֿאַרשטענדעניש פֿון פּרצן, אָבער אױב ס‘רובֿ מענטשן לײענען זײַנען ווערק און טײַטשן עס אויס אויף זייערע אייגענעם אופֿן, איז עס אפֿשר אַ ראַיה, אַז פּרץ האָט טאַקע פֿאַרװירקלעכט זײַן אידעאַל פֿון שאַפֿן אַן אוניװערסאַלע װעלטלעכע ליטעראַטור מיט אַ ייִדישן אינהאַלט אױף דער ייִדישער שפּראַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.