מער מיטאַרבעטער האָבן אָנגעהויבן שטרײַקן קעגן דעם ירושלימער מעדיצינישן צענטער „הדסה‟. פֿריִער, האָבן די דאָקטוירים אויפֿגעהערט צו אַרבעטן, פֿאָדערנדיק, אַז מע זאָל זיי באַצאָלן די אָפּגעלייגטע שׂכירות. איצט האָבן זיך אינעם שטרײַק אָנגעשלאָסן אויך נישט־מעדיצינישע באַאַמטע און קראַנקן־שוועסטער.
בלויז די עקסטרע הילף־ און קימפּעט־דינסטן האָבן מאָנטיק, דעם 10טן פֿעברואַר, פֿונקציאָנירט אין די צוויי קאָמפּלעקסן פֿונעם שפּיטאָל אין ירושלים. שוין במשך פֿון אַ וואָך, אַרבעטן די דאָקטוירים לויטן שבתדיקן און יום־טובֿדיקן רעזשים, און העלפֿן בלויז אין די דרינגלעכע פֿאַלן.
צוליב דעם פֿינאַציעלן דעפֿיציט, וואָס באַטרעפֿט 367 מיליאָן דאָלאַר, האָבן די מיטאַרבעטער פֿונעם צענטער באַקומען בלויז אַ העלפֿט פֿון זייער שׂכירות אין יאַנואַר. די צײַטונג „האָרץ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז יעל גערמאַן, די ישׂראלדיקע מיניסטאָרין פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג, האָט פֿאָרגעלייגט דעם שפּיטאָל אַ שטיצע־פּראָגראַם, אַרײַנגערעכנט אַ הלוואה פֿון דער רעגירונג אויף אַ סומע פֿון מער ווי 14 מיליאָן דאָלאַר, וואָס וועט געגעבן ווערן בתּנאַי, אַז „הדסה‟, די אַמעריקאַנער ציוניסטישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע, וועט אויך העלפֿן דעם מעדיצינישן צענטער.
פֿרײַטיק, דעם 7טן פֿעברואַר, האָט דער שפּיטאָל געבעטן די געריכט־אינסטאַנצן צו באַשיצן אים פֿון די קרעדיטאָרן, אַרײַנגערעכנט אַ טייל אייגענע מיטאַרבעטער, וועלכע האָבן פֿאַרלוירן זייערע באַנק־קרעדיטן צוליב די נישט־באַצאָלטע שׂכירות, און האָבן זיך אָנגעקלאָגט אין געריכט. דאָס געלט פֿון דער רעגירונג און „הדסה‟ וועט דערמעגלעכן דעם שפּיטאָל צו פֿונקציאָנירן ווי געהעריק, אָבער וועט נאָך נישט זײַן גענוג אָפּצוצאָלן דעם פּערסאָנאַל די שׂכירות־חובֿות.
גערמאַן האָט דערקלערט דעם ישׂראלדיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל נומער 2, אַז דער שווערער דעפֿיציט האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס „הדסה‟ האָט צופֿיל מיטאַרבעטער מיט צו גרויסע שׂכירות, און האָט נישט געקאָנט קריגן גענוג געלט פֿון פּריוואַטע מעדיצינישע באַדינונגען.
דער מעדיצינישער צענטער „הדסה‟ אין ירושלים איז איינער פֿון די גרעסטע אינעם לאַנד און דער איינציקער, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין קאָפּ־טראַוומעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.