גרונט־מיסחר — אַ ייִדישע פֿאַך

Real Estate – For Years, a Jewish Profession

די ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם אַנטוויקלען דעם באַקליידונג־צענטער אין ניו־יאָרק
Wikimedia Commons
די ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם אַנטוויקלען דעם באַקליידונג־צענטער אין ניו־יאָרק

פֿון דזשענאַ ווײַסמאַן דזשאָסעליט (Forward)

Published February 12, 2014, issue of February 28, 2014.

אין די צוויי שטעט, וווּ איך וווין — ניו־יאָרק און וואַשינגטאָן — שמועסט מען שטענדיק פֿון „ריל־עסטייט‟: ווער ס׳וווינט אין אַ געוויסער שטאָט אָדער געגנט, און צי וווינט ער אין אַ קאָנדאָ, קאָ־אָפּ, אַ פּריוואַט הויז אָדער אַ דירה.

צום טייל קאָן דאָס זײַן אַ פּועל־יוצא פֿון דעם, וואָס אַ גרויסע צאָל אַמעריקאַנער ייִדן זענען פֿאַרבונדן, אָדער זייערע קרובֿים זענען פֿאַרבונדן, מיטן געשעפֿט פֿון גרונט־מיסחר. זינט די מאַסן־אימיגראַציע פֿון די ייִדן קיין אַמעריקע אין די 1880ער, האָבן געוויסע ייִדישע משפּחות שטאַרק מצליח געווען אין דער בראַנזשע: די סמיטס אין וואַשינגטאָן; די סוויגס אין סאַן־פֿראַנציסקאָ; די כאַנינס, לעוויטס און ראָטס אין ניו־יאָרק, וכדומה.

אָבער מע דאַרף נישט זײַן קיין גבֿיר צו פֿאַרדינען גאַנץ גוט דורך גרונט־מיסחר. אַ סך פּשוטע אַמעריקאַנער ייִדן, אַרײַנגערעכנט אַ ממשותדיקן פּראָצענט חסידים, פֿאַרמאָגן, פֿאַרוואַלטן אָדער אַנטוויקלען גרונט־אייגנס. דער מאָרד פֿונעם ברוקלינער „ריל־עסטייטניק‟, מנחם שטאַרק, האָט אַנטפּלעקט אַ צאָל פּרטים וועגן דער חסידישער וועלט — און דער עיקר, וויפֿל חסידים פֿאַרדינען פֿון גרונט־מיסחר.

אַזוי ווי די חסידישע דימענט־אינדוסטריע, וווּ ס׳רובֿ פֿון די הענדלער אַרבעטן אָפֿט מאָל צוזאַמען מיט זייערע פֿרײַנד און משפּחה, האָט אויך גרונט־מיסחר צוגעצויגן אַ סך חסידים און אַנדערע פֿרומע ייִדן — בפֿרט ווײַל ס׳איז נישט שווער צו היטן שבת, ווען מע אַרבעט בײַ גרונט־מיסחר; ס׳איז, בדרך־כּלל, אַ פּרנסה פֿון די וואָכנטעג.

שוין אין די 1920ער יאָרן האָבן די ייִדן זיך גענומען צו גרונט־מיסחר. אַ טייל האָבן אויפֿגעבויט דעם ניו־יאָרקער באַקליידונג־צענטער; אַנדערע האָבן געבויט די פּרעכטיקע דירות־הײַזער אויפֿן „אָפּער וועסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן, ברוקלין און בראָנקס. בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן, האָט די געלעגנהייט צו אינוועסטירן אין גרונט־מיסחר און צו העלפֿן שאַפֿן די נײַע אַמעריקאַנער שטאָטישע לאַנדשאַפֿט רעפּרעזענטירט דעם נצחון פֿונעם מאָדערנעם לעבן איבער דער געשיכטע. אין דער אַלטער היים האָבן די ייִדן דאָך נישט געטאָרט פֿאַרמאָגן קיין לאַנד, און ווען יאָ — האָט מען קיין מאָל נישט געוווּסט, ווען מע וועט עס בײַ זיי צונעמען.

דערפֿאַר האָבן זיי דאָ, אין אַמעריקע, שטאַרק הנאה געהאַט, אַז זיי קאָנען, סוף־כּל־סוף, קויפֿן ערד און בויען, אָן זאָרג, און באַטראַכטן די פּריווילעגיע פֿון פֿאַרמאָגן גרונט־אייגנס ווי איינעם פֿון די בולטסטע סימבאָלן פֿון דער אַמעריקאַנער פֿרײַהייט.