רוסישע פּאָעזיע פֿון רעכטס אױף לינקס

Russian Poetry, from Left to Right


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 13, 2014, issue of February 28, 2014.

דער רוסישער פּאָעט װלאַדימיר מאַיאַקאָװסקי האָט שטאַרק באַװירקט די נײַע העברעיִשע דיכטונג פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן. יונגע פּאָעטן, װאָס זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד, װי למשל, אַבֿרהם שליאָנסקי, האָבן זיך מיט ברען גענומען שאַפֿן אַ נײַע ליטעראַטור פֿאַרן ייִשובֿ פֿון העברעיִש־רעדנדיקע אַרבעטער און פּױערים. מאַיאַקאָװסקי און די רוסישע פֿוטוריסטן האָבן פֿאַר זײ געדינט װי אַ מוסטער, װי אַזױ צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם דרוק פֿון דער קלאַסישער ליטעראַרישער ירושה, װאָס האָט געקלונגען אַלטפֿרענקיש פֿאַר דער יונגער העברעיִשער נאַציע. פֿאַר די רוסישע פֿוטוריסטן איז דאָס געװען פּושקין, פֿאַר די ישׂראלדיקע אַװאַנגאַרדיסטן — ביאַליק.

אָבער מיט דער צײַט איז מאַיאַקאָװסקי געװאָרן אַ סאָװעטישער קלאַסיקער, בפֿרט װען סטאַלין האָט אים דערקלערט פֿאַרן „בעסטן און טאַלאַנטירסטן דיכטער פֿון אונדזער רעװאָלוציאָנערער תּקופֿה‟. און פּונקט דעמאָלט איז אַרײַן אין דער רוסישער דיכטונג דער יונגער בחור סאַװעלי גרינבערג. ער איז געבױרן געװאָרן אין יעקאַטערינאָסלאַװ (הײַנט דניעפּראָפּעטראָװסק) מיט הונדערט יאָר צוריק, אין 1914 און אױפֿגעװאַקסן אין מאָסקװע. פֿון קינדװײַז אָן האָט ער גערעדט רוסיש און געקענט העברעיִש, אָבער ניט קײן ייִדיש. צו דער צײַט פֿון מאַיאַקאָװסקיס זעלבסטמאָרד, אין 1930, איז גרינבערג געװען 16 יאָר אַלט.

צוליב זײַן ליבע צו מאַיאַקאָװסקי איז גרינבערג אַרײַן אין דער „מאַיאַקאָװסקי־בריגאַדע‟, אַ גרופּע יונגע דיכטער און ליבהאָבער פֿון פּאָעזיע, װאָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט פֿאַרשפּרײטן מאַיאַקאָװסקיס דיכטונג צװישן די מאַסן. דאָס איז ניט געװען קײן פֿאָרמעלע אָרגאַניזאַציע, און די אָפֿיציעלע סאָװעטישע אינסטאַנצן האָבן געקוקט קרום אױף דער דאָזיקער ליבהאָבערישער גרופּע. פֿאַר גרינבערגן איז מאַיאַקאָװסקי אױף שטענדיק פֿאַרבליבן דער װיכטיקסטער דיכטער.

אין 1935 איז סאַװעלי גרינבערג געפֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל צו באַזוכן זײַן משפּחה, װאָס האָט פֿאַרלאָזט רוסלאַנד נאָך דער רעװאָלוציע. ער האָט פֿאַרבראַכט דאָרט צװײ יאָר, געאַרבעט װי אַן ערדמעסטער, זיך אױסגעלערנט רעדן אױף מאָדערנעם עבֿרית. אין צװײ יאָר אַרום, אין 1937, האָט ער זיך אומגעקערט קײן מאָסקװע. זײַן מזל איז געװען, װאָס די סטאַליניסטישע רדיפֿות האָבן אים ניט באַרירט. ער האָט זיך געלערנט אינעם ליטעראַרישן אינסטיטוט, געשריבן אַרטיקלען פֿאַר פֿאַרשידענע פּעריאָדישע אױסגאַבעס, געאַרבעט אינעם מאָסקװער ליטעראַרישן מוזײ. אין 1941 איז ער אַװעק אױפֿן פֿראָנט, װי אַ פֿרײַװיליקער, און געדינט אין דער רױטער אַרמײ ביזן יאָר 1944.

נאָך דער מלחמה איז גרינבערג געװאָרן אַ מיטאַרבעטער אינעם מאָסקװער מאַיאַקאָװסקי–מוזײ. צו יענער צײַט איז ער געװאָרן אײנער פֿון די בעסטע מומחים פֿון מאַיאַקאָװסקיס דיכטונג, אָבער בעת דער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין 1948, האָט מען אים אַרױסגעטריבן פֿון דער אַרבעט. צוריק אין מוזיי איז ער געקומען ערשט מיט צװאַנציק יאָר שפּעטער, אָבער אין עטלעכע יאָר אַרום, אין 1973, האָט ער באַשלאָסן עולה צו זײַן קײן ישׂראל, װוּ ער האָט געהאַט נאָענטע קרובֿים.

אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט גרינבערג ניט פֿאַרעפֿנטלעכט קײן אײן שורה פֿון זײַנע אײגענע לידער. דערנאָך האָט ער געזאָגט, אַז דאָס איז געװען גוט, ווײַל אַנדערש װאָלט ער זיך במילא גענומען צופּאַסן צו דעם הױפּטשטראָמיקן סטיל און מאַכן אידעאָלאָגישע פּשרות. זײַן ערשט זאַמלבוך איז אַרױס אין ירושלים אין 1979, און אין רוסלאַנד האָט מען זיך באַקענט מיט זײַן שאַפֿונג ערשט נאָך דעם צעפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

אין ישׂראל האָט ער זיך אױך גענומען איבערזעצן מאָדערנע דיכטער, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײַנע פּאָעטישע קרובֿים: דוד אַבֿידן, יהודה עמיחי, נתן זך. גרינבערג האָט דערצײלט, אַז ער האָט אַנטדעקט אַבֿידנס דיכטונג על־פּי צופֿאַל, װײַל ער איז געװען זיכער, אַז ער מוז האָבן אַ פּאָעטישער „קרובֿ‟ צװישן די מאָדערנע העברעיִשע דיכטער.

גרינבערגס לידער זײַנען אײנצײַטיק — אי זײער קאָנקרעט, אי גאַנץ אַבסטראַקט. זײ האָבן כּסדר אַ רעאַלן יסוד: אַ קלײן עפּיזאָד פֿון זײַן לעבן, אַ פּרט אין אַ לאַנדשאַפֿט. אָבער די פֿאָרעם פֿון זײַנע לידער איז תּמיד זײער געקינצלט. זײַן באַליבטער דיכטערישער מכשיר איז פּאַלינדראָם — אַ שורה, װאָס לאָזט זיך לײענען אין בײדע ריכטונגען, פֿון לינקס אױף רעכטס און פֿון רעכטס אױף לינקס.

גרינבערג בױט פֿון פּאַלינדראָמען גאַנצע ציקלען פֿון לירישע פּאָעמעס, װאָס זײַנען אָנגעשריבן אין פֿאַרשידענע פּאָעטישע מאָסן. אײן פּאָעמע זײַנע איז אַפֿילו אָנגעשריבן אין דעם קאָמפּליצירטן קלאַסישן ריטעם פֿון פּושקינס „יעװגעני אָנעגין‟, און דערבײַ קאָן מען זי לײענען סײַ פֿון לינקס אױף רעכטס און סײַ פֿון רעכטס אױף לינקס! גרינבערג דערקלערט: „פּאַלינדראָמיק — איז אַ דורכױסיקע אינסטרומענטירונג, װאָס מען קאָן באַגרײַפֿן אי מיטן אױער, אי מיטן אױג.‟

פּאָעזיע, לױט זײַן מײנונג, „דאַרף זײַן אומאָפּהענגיק פֿון צײַט. פּאָעזיע שװעבט איבער דער צײַט, אַפֿילו װען דער דיכטער רעדט װעגן סאַמע אַקטועלע זאַכן. און דװקא די טיפֿקײט, מיט װעלכער דער דיכטער דריקט אױס זײַן צײַט, העלפֿט אים צו באַפֿרײַען זיך פֿון דער שליטה פֿון דער דאָזיקער צײַט.‟

גרינבערג איז געװען דער פּאַטריאַרך פֿון דער רוסישער דיכטונג אין ישׂראל. פֿאַר אַ סך יונגע דיכטער, װאָס זײַנען געקומען מיט די כװאַליעס פֿון דער רוסישער עליה, האָר ער פֿאַרקערפּערט די קעגנזײַטיקע פֿאַרבינדונג צװישן די צװײ ליטעראַרישע טראַדיציעס. ער האָט געלעבט אין סאַמע צענטער פֿון ירושלים, און מען האָט אָפֿט געזען זײַן ראָמאַנטישע געשטאַלט אױף די גאַסן, אין די קראָמען און קאַפֿעען. און הײַנט, עלף יאָר נאָך זײַן פּטירה, קאָן מען נאָך אַלץ דערקענען שפּורן פֿון זײַן השפּעה אין די װערק פֿון די רוסיש־ישׂראלדיקע דיכטער, אַזעלכע װי גלי־דנה זינגער און אַלכּסנדר באַראַש.