האָליוווּד, פֿלאָרידע. — אין אַן אײַנקויף־צענטער צווישן מיאַמי און פּאַם־ביטש שטייט אַ כּשרער רעסטאָראַן, Urban Rustic Cafe. די ריי פֿון מענטשן וואָס ווילן אַרײַנקומען עסן דאָרט, ציט זיך איבער דער גאַס. אינעווייניק, בײַ איין טישל שמועסט אַן אַלטער פֿרומער ייִד מיט זײַן ווײַב; אַ גרופּע ייִנגלעך מיט ציצית שטייט בײַ דער קאַסע, כּדי צו קויפֿן אַ שטיקל טאָרט. צוויי יונגע פֿרויען — איינע מיט אַן עופֿעלע אויף די הענט — רעדן אויף שפּאַניש, און צוויי קעלנערס אַמפּערן זיך אויף העברעיִש.
דאָס געזעמל מענטשן איז אַ בולטער באַווײַז פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער קהילה הײַנט אין דרום־פֿלאָרידע: אַ געמיש פֿון פּענסיאָנערן, אימיגראַנטן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, פֿרומע משפּחות, לעבן געבליבענע פֿון חורבן, און אַ סך אַנדערע.
מער ווי אַ האַלבער מיליאָן ייִדן וווינען אין די דרײַ קאַונטיס, מיאַמי־דייד, בראַואַרד און פּאַם־ביטש — דער דריט גרעסטער ייִדישער ראַיאָן נאָך ניו־יאָרק און לאָס־אַנדזשעלעס. בערך 10% פֿון אַלע אַמעריקאַנער ייִדן וווינען הײַנט אינעם „זונענשײַן־שטאַט‟.
הגם אַ סך פֿון די אײַנוווינער זענען פּענסיאָנערן, איז פֿלאָרידע מער נישט קיין אָרט פֿאַר בלויז עלטערע ייִדן. אַ וואַקסנדיקע צאָל ייִדן פֿון אַלע עלטערס האָבן זיך לעצטנס באַזעצט דאָ צוליב אַ ריי סיבות: די לעבן־הוצאָות זענען דאָ נידעריקער ווי אין די צפֿון־מיזרח שטאַטן; ס׳איז נישטאָ קיין שטאַטישערהכנסה־שטײַער; עס געפֿינען זיך דאָ אַ גרויסע צאָל ייִדישע אינסטיטוציעס, און אַוודאי — דער וואַרעמער וועטער.
זינט דעם יאָר 2000 זענען אַהער אויך אָנגעקומען אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן פֿון ווענעזועלע, אַרגענטינע און מעקסיקע. לויטן אויפֿרעג פֿון דער לעצטער דעמאָגראַפֿישער שטודיע פֿון די ייִדן אין מיאַמי־דייד, דורכגעפֿירט אין 2004, געפֿינט זיך דאָרט דער גרעסטער פּראָצענט אויסלאַנד־געבוירענע ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
קיינער ווייסט נישט אויף זיכער וויפֿל ייִדן וווינען אין דרום־פֿלאָרידע, ווײַל די לעצטע סטאַטיסטיק האָט מען דורכגעפֿירט מיט 10 יאָר צוריק. אָבער לויט דער רעכענונג פֿון די אָרטיקע ייִדישע פֿעדעראַציעס, האָבן אין 2005, אין פּאַם־ביטש קאַונטי, געוווינט 256,000 ייִדן; אין בראַואַרד־קאַונטי (2008) — 186,500 ייִדן, און אין מיאַמי־דייד (2004) — 113,000 ייִדן. מיאַמי האָט שוין אָנגעהויבן אַרבעטן אויף אַ נײַער אַנקעטע אָבער די רעזולטאַטן וועלן נישט זײַן גרייט ביז האַרבסט.
במשך פֿון די לעצטע 10־20 יאָר איז ממשותדיק געוואַקסן די צאָל אָרטאָדאָקסישע שילן, כּשרע רעסטאָראַנען און ייִדישע טאָגשולן — בפֿרט אין האָליוווּד, מיאַמי־ביטש, אַווענטוראַ און באָקאַ־ראַטאָן. אין מיאַמי־ביטש האָט מען לעצטנס געבויט אַ ריזיקן בנין פֿאַרן אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, כּדי צו באַדינען די אינטערעסן פֿון דער וואַקסנדיקער צאָל יונגע משפּחות. דערווײַל האָבן זיך אינעם צענטער שוין אָנגעשלאָסן בערך 5,000 מיטגלידער.
אַ פּאָר מײַל אויף צפֿון האָט זיך אויך צעוואַקסן די מיטגלידערשאַפֿט פֿון אַ צווייטן ייִדישן קהילה־צענטער — אַ דאַנק די לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישע משפּחות. אין צוויי טאָגשולן לעבן דעם צענטער — די אָרטאָדאָקסישע „שעק־הילל שול‟, וואָס האָט 1,060 תּלמידים, און די רעפֿאָרם־טאָגשול, וואָס האָט 440 תּלמידים — זענען ס׳רובֿ פֿון די תּלמידים שפּאַניש־רעדנדיקע.
אין האָליוווּד, וווּ עס געפֿינט זיך די העברעיִשע טשאַרטער־שול „בן־גמלא‟ (אַן עפֿנטלעכע שול, וואָס נעמט אַרײַן קינדער פֿון אַלע רעליגיעס און ראַסעס) האָט מען אויך אײַנגעפֿירט אַ רעליגיעזע נאָכמיטאָג־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישע קינדער, כּדי צופֿרידנצושטעלן די עלטערן, וואָס ווילן, אַז זייערע קינדער זאָלן זיך לערנען מער ווי בלויז די העברעיִשע שפּראַך.
הגם פֿלאָרידע האָט אַ מאָל געהאַט מער ייִדן ווי איצט (אין די שפּעטע 1970ער האָבן אין מיאַמי געוווינט 250,000 ייִדן), זענען ס׳רובֿ פֿון זיי געווען פּענסיאָנערן. הײַנט ווערן ייִדן דאָרט געבוירן און דערצויגן, האָט באַמערקט דזשיי ראָט, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם קהילה־צענטער אין מיאַמי־ביטש. „הײַנט איז פֿלאָרידע געוואָרן אַן אָרט, וווּ מענטשן קומען און בלײַבן אויף לאַנגע יאָרן,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.