דער נײַער געזעץ פֿון שפּאַניע, װאָס דערמעגלעכט די ספֿרדישע ייִדן צו באַקומען די שפּאַנישע בירגערשאַפֿט, האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס בײַ ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט. דאָך, זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור פֿראַגעס, װאָס וואַרטן נאָך אויף זייער ענטפֿער. דער קאָנסולאַט אין בוענאָס־אײַרעס האָט אויפֿגענומען אַ פּאָר טוץ פּאָסטולאַנטן, אָבער דערװײַל האָט מען קיין ענטפֿער זיי ניט געגעבן, װײַל עס זײַנען נאָך ניטאָ די געהעריקע אָנװײַזונגען. די שפּאַנישע מלוכה האָט אויסגעאַרבעט אַ ריי קריטעריעס, איבער װעלכע זיי װעלן באַשטימען, װער איז אַ יורש פֿון די ייִדן, װאָס האָבן געליטן דעם גירוש אין 1492. איינער פֿון זיי איז דער פֿאַמיליע־נאָמען, אָבער אין דער רשימה, װאָס מען האָט פּובליקירט, האָט מען אַרײַנגענומען אַזעלכע פֿאַמיליע־נעמען װי בלאָך און שלעזינגער, װאָס זײַנען בלי שום ספֿק אַשכּנזישע, און זיי נעמען ניט אַרײַן אַנדערע, װאָס זײַנען דורכויס ספֿרדישע. מען שאַצט, אַז אויף דער װעלט װעלן 3,5 מיליאָן ייִדן זײַן ראָוי צוצושטעלן בקשות. פֿון זיי 500.000 װוינען אין ישׂראל און אַ 100.000 — אין אַרגענטינע.
די ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַרגענטינע האָבן אָנגענומען די רעקאָמענדאַציע פֿון דער „בני־ברית‟, אַז אויף אַלע בריוו און פּובליקאַציעס פֿון דעם יאָר, זאָל שטיין אָפּגעדרוקט דער לאָזונג: „20 יאָר נאָכן אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה — אָן יוסטיץ‟.
די באַװעגלעכע אויסשטעלונג „דער נעכטן אינספּירירט דעם מאָרגן‟, װאָס די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע האָט געװיזן דעם זומער אין געוויסע פּלעצער בײַם ים, װעט געװיזן װערן אין אַנדערע שטעט פֿון אַרגענטינע. קאָרדאָבאַ, מענדאָסאַ, סאַנטאַ פֿע און ראָזאַריאָ װעלן קענען זען דורך פּלאַקאַטן, פֿילמען און מוזיק אַספּעקטן פֿון די לעצטע 100 יאָר ייִדישער געשיכטע אויף דער װעלט און אין אַרגענטינע. װען די לימודים װעלן זיך אָנהייבן אין חודש מאַרץ, װעלן די תּלמידים פֿון די שולן באַקומען אָרגאַניזירטע באַזוכן און ספּעציעלע לעקציעס.
די „דאַיאַ‟ האָט זיך סאָלידאַריזירט מיט די משפּחות פֿון די 19 פֿײַערלעשער, װאָס זײַנען אומגעקומען בעת אַ שׂריפֿח אין בוענאָס־אײַרעס. דאָס פֿײַער האָט אין גאַנצן פֿאַרברענט אַ דאָקומענטאַציע־לאַגער מיט מאַטעריאַלן און אַרכיװן פֿון בענק און אינסטיטוציעס. די פּאָליציי פֿאָרשט אויס דעם ענין, און די ייִדישע אינסטיטוציעס, װי די קהילה און אַנדערע, האָבן פֿאָרגעלייגט שטיצע און באַדינונג.
אָרגאַניזירט פֿון אַרגענטינער און אורוגװײַער פֿרײַנד פֿון ירושלימער אוניװערסיטעט, איז פֿאָרגעקומען אין קאָנראַד־האָטעל אין פּונטאַ דעל עסטע, אורוגװײַ, דער 26סטער סימפּאָזיום פֿון דעם אוניװערסיטעט אויף דער טעמע „די פּאָליטישע סיטואַציע אין מיטעלן מיזרח און די ראָלע פֿון אַקאַדעמיקער‟. עס האָבן זיך באַטייליק כאָסע לעװי, זשורנאַליסט פֿון סי. ען. ען. אין ישׂראל, עדואַרדאָ קאָהן, דירעקטאָר פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקע פֿון בני־ברית און כוליאַן שװינדלערמאַן, אַרגענטינער פּאָליטישער אַנאַליסט.
בײַ אַ פֿול געפּאַקטן זאַל האָט דער עולם באַקומען אַ בילד פֿון די לעצטע באַמיִונגען פֿאַר שלום אין דעם ראַיאָן און געהאַט אַ מעגלעכקייט צו שטעלן פֿראַגעס.
דער האָלאָקאָסט־מוזיי האָט דערמאָנט דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאָרום װעגן חורבן, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין שװעדן צווישן 26סטן און 29סטן יאַנואַר 2000. 47 לענדער האָבן זיך באַטייליקט און אָנגענומען מיטלען צו לערנען װעגן חורבן די נײַער דורות, און באַשטימט דעם טאָג פֿון דער באַפֿרײַונג אין אוישװיץ, װי דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿון האָלאָקאָסט. דער מוזיי האָט באַערט דעם דעמאָלטדיקן אַרגענטינער פּרעזידענט ד״ר פֿערנאַנדאָ דע לאַ רואַ, װאָס האָט זיך באַטייליקט אין די דעבאַטעס פֿונעם פֿאָרום.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אָפֿיציעל דערעפֿנט די פֿײַערונגען פֿון אירע ערשטע 120 יאָר. די געװעזענע פאָרזיצערס פֿון די לעצטע יאָרן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט און אויסגעאַרבעט מיט דער איצטיקער אָנפֿירערשאַפֿט אונטערנעמונגען פֿאַרן גאַנצן יאָר. די קהילה איז געגרינדעט געװאָרן װי אַ חבֿרה־קדישאַ אין 1894, און ערשט אין 1910 האָט זי באַװיזן צו דערעפֿענען אַן אייגענעם בית־עולם. ביז אָט דעם יאָר האָט מען באַערדיקט ייִדן אין אַ ספּעציעלן סעקטאָר פֿונעם צענטראַלן צװינטער פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. דער אייגענער בנין איז דערעפֿנט געװאָרן אין 1946 אויפֿן פּלאַץ, װוּ עס האָט פֿונקציאָנירט דער ייִדישער טעאַטער „אָמבו‟. דער בנין איז צעשטערט געװאָרן אין 1994 דורכן אַטענטאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.