די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט באַציט זיך מיט אַ גרויסן חשד צו די מינהגים, וואָס שטאַמען פֿון אַנדערע רעליגיעס, בפֿרט, ווען זיי זענען פֿאַרבונדן מיט געצנדינערײַ. די ערשטע דרײַ פֿון די צען געבאָט האָבן צו טאָן מיטן איסור צו דינען עבֿודה־זרה. אַ גאַנצע מסכתּא פֿון משנה און גמרא, וואָס טראָגט דעם נאָמען „עבֿודה זרה‟, איז געווידמעט דער דאָזיקער טעמע. די חז״ל דערקלערן זייער פּרטימדיק, וואָס מע מעג און וואָס מע טאָר נישט טאָן, כּדי נישט צו שטיצן קיין געצנדינערײַ, אויף אַ דירעקטן אָדער אומדיקערטן אופֿן, אַפֿילו צווישן די גויים.
וואָס טוט זיך מיטן וואַלענטין־טאָג, ווען די געליבטע שיקן קאַרטלעך און שאָקאָלאַד איינער דעם צווייטן? איז עס אויך פֿאַרבונדן מיט עבֿודה־זרה, צי נישט? אינעם אוראַלטן רוים איז געווען אַ חגא מיטן נאָמען לופּערקאַליאַ, וואָס מע האָט געפּראַוועט דעם 13־15טן פֿעברואַר. דער הײַנטיקער וואַלענטין־טאָג איז היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט דער־אָ חגא, וועלכע האָט געהאַט אַ שײַכות צו אַ קולט פֿון פֿרוכטפּערדיקייט. הגם אינעם תּלמוד ווערן דערמאָנט אַ צאָל אַנדערע רוימישע חגאות, איז וועגן דער דאָזיקער דאַטע דאָרטן נישטאָ קיין וואָרט.
דער 14טער פֿעברואַר איז פֿאַרבונדן אינעם קריסטלעכן קאַלענדאַר מיט אַ געוויסן מאַרטירער, באַקאַנט ווי דער הייליקער וואַלענטין, וועלכער איז דערמאָרדעט געוואָרן אינעם יאָר 496. ווייניק ווייסט מען וועגן אים, אַחוץ דעם, וואָס ער איז געווען אַ גלח און ליגט באַערדיקט בײַם אוראַלטן רוימישן וועג וויִאַ פֿלאַמינאַ. אינעם יאָר 1969, האָט די קאַטוילישע קירך אַרויסגענומען דעם דאָזיקן פּערסאָנאַזש פֿון איר קאַלענדאַר, צוליב דעם מאַנגל פֿון אינפֿאָרמאַציע.
דער געדאַנק צו פֿאַרבינדן דעם טאָג פֿונעם „הייליקן וואַלענטין‟ מיט דער ראָמאַנטישער ליבע שטאַמט, אויף וויפֿל מע ווייסט, פֿונעם ענגלישן פּאָעט דזשעפֿרי טשאָסער, וועלכער האָט עס דערמאָנט אינעם יאָר 1382 אין אַ ליד. ס׳איז אָבער נישט קלאָר, צי ער האָט געמיינט דעם 14טן פֿעברואַר. אַחוץ דעם דערמאָנטן מאַרטירער, טראָגן אַ צאָל אַנדערע קריסטלעכע קדושים דעם זעלבן נאָמען. דאָס ערשטע אָפּגעהיטע וואַלענטין־קאַרטל איז אַ בריוו מיט אַ ליבע־ליד, אָנגעשריבן אינעם 15טן יאָרהונדערט דורך טשאַרלז, דעם גראַף פֿון אָרלינס. די מאַסן־פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם וואָלענטין־טאָג אין דער הײַנטיקער פֿאָרעם האָט זיך אָנגעהויבן אינעם 19טן יאָרהונדערט, ווען די פּאָסט־קאַרטלעך זענען געוואָרן פּאָפּולער אין דער וועלט.
על־פּי־הלכה, מעגן די ייִדן פּראַווען אַ נישט־ייִדישע חגא, אויב זי האָט נישט קיין בפֿירושע פֿאַרבינדונגען מיט עבֿודה־זרה און האָט אַ ראַציאָנעלן לאָגישן טעם. דער געדאַנק צו שיקן דער געליבטער אַ ליבע־בריוול מיט שאָקאָלאַד לייגט זיך זיכער אויפֿן שׂכל. הרבֿ משה פֿײַנשטיין, דער באַרימטער פּוסק, וועלכע האָט עמיגרירט קיין ניו־יאָרק פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אינעם יאָר 1936, האָט מתּיר געווען אָפּצומערקן דעם אַמעריקאַנער דאַנק־טאָג און דעם בירגערלעכן נײַעם יאָר, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער ערשטער יאַנואַר איז אין אוראַלטע צײַטן געווען אַ געצנדינערישע חגא.
ס׳זעט אויס, אַז מע מעג אויך אָפּמערקן דעם וואַלענטין־טאָג — כּל־זמן מע טוט עס נישט לכּבֿוד וואַלענטין פֿון רוים. דער דאָזיקער טאָג איז אַפֿילו מער וועלטלעך, ווי די דערמאָנטע צוויי אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלע יום־טובֿים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.