די שלאָפֿלאָזיקײט איז אַ שײנע, אָבער גאָר אַ װילדע דאַמע. האָב איך זיך אומגעקערט צום נאַכט־לײענען. און ס’האָט טאַקע געהאָלפֿן. דאָס ערשטע ביכל, װאָס מיר איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט איז געװען „די דרײַ מוסקעטערן‟ פֿון אַלעקסאַנדער דיומאַ. ווי באַוווּסט, אַחוץ די שײנע אַװאַנטורן, רעדט זיך דאָרט װעגן אַ געלונגענעם פּרוּװ פֿון ראָמאַנטיזירן דעם מאָרד אין אַ ליטעראַריש װערק. ס’איז דאָך פּשוט אַ פֿאַרגעניגן צו ליגן אין בעט און בעת אַ שלאָפּלאָזער נאַכט צײלן די הונדערטער דערמאָרדעטע „שלעכטע העלדן‟.
מילא, מע דערהרגעט זיך אױף אַ ראָמאַנטישן אופֿן אין אַ ראָמאַן אָדער אין אַ פֿילם?… געזונטערהײט, אַבי מע זאָל ניט טשעפּען די לעבעדיקע מענטשן און ניט פֿאַרבײַטן די יוצרות. ס’הײסט, מע זאָל ניט איבערטראָגן אינעם רעאַלן לעבן די ליטעראַרישע שיטות פֿון אַ „ראָמאַנטישן מאָרד‟, װי דאָס קומט פֿאָר אין הײַנטיקער אוקראַיִנע. מע שלאָגט זיך, מע הרגעט זיך אױף רעכטס און אױף לינקס, און דערצו נאָך זוכט מען אַ באַרעכטיקונג בײַ די „נאַציאָנאַלע העלדן‟ — פֿון באָגדאַן כמעלניצקי ביז סטעפּאַן באַנדעראַ, ימח־שמם־וזכרם.
דאָס ערגסטע אין דער טראַגישער סיטואַציע אין אוקראַיִנע איז, לױט מײַן מײנונג, די ראָמאַנטיזאַציע און העראָיִזאַציע פֿון די אַזױ גערופֿענע „מעסיקע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן‟, און דאָס מזלזל זײַן די „אונטערגעקױפֿטע רוסאָפֿילן‟. די גרױסע אײראָפּעיִשע פּאָליטיקער ברױזן און קאָכן, און גלײַך הײבן זיי אָן צו שיקן קײן אוקראַיִנע די מליץ־יושרס פֿון אַלע מינים, און צװישן זײ, דער גרױסער פֿראַנצײזישער פֿילאָסאָף, רעװאָלוציאָנער און הומאַניסט בערנאַר־אַנרי לעװי. געקומען, אַ קוק געטאָן אױף די בראַװע „כלאָפּצעס‟־פּאַרשוינען, פֿאַנאַנדערגעקלעפּט די גוט פֿאַרפֿרױרענע ליפּן און… געבליבן זײער צופֿרידן מיט די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן. זײַט מיר מוחל, מיט די אוקראַיִנישע רעװאָלוציאָנערן. איך ציטיר פֿון מעסיע לעװיס אינטערװיו:
„דאָ, אױפֿן קיִעװער מײַדאַן, פֿיל איך זיך ניט בלויז אַ פֿראַנצױז, ניט בלויז אַן אײראָפּעער, נאָר אױך אַן אוקראַיִנער… כ’האָב ניט געזען אױפֿן מײַדאַן קײן אײן נעאָ־נאַצי און קײן אײן אַנטיסעמיט‟.
עס װײַזט אױס, אַז דער נײַער אוקראַיִנער, מעסיע לעװי, איז פֿון לאַנג ניט געװען בײַם אויגן־דאָקטער. דער מײַדאַן, װי אױך די פֿאַרכאַפּטע בנינים פֿונעם שטאָטראַט, זײַנען באַקלעפּט און פֿאַרפֿלײצט מיט די פּאָרטרעטן פֿון סטעפּאַן באַנדעראַ, װעלכער האָט צוזאַמען מיט זײַנע מערדער אומגעבראַכט טױזנטער און טױזנטער ייִדישע פֿרױען, זקנים און קינדער — אין אוקראַיִנע און אין פּױלן. דאָס איז דאָך יענער באַנדעראַ, װעמענס „כלאָפּצעס‟, ימח־שמם־וזכרם, האָבן געגרינדעט און פֿרײַװיליק געדינט אין די „עס־עס‟־באַטאַליאָנען „נאַכטיגאַל‟ און „ראָלאַנד‟.
באמת, גערעכט איז געװען מײַן שװיגער, אַ פּשוטע ייִדינע, װען זי פֿלעגט אַ זאָג טאָן אױף איר „אוקראַיִנישן ייִדיש: „אומניי, אומניי, אַזש דורניי‟ — ער איז אַזױ קלוג, אַזש משוגע. װי קומט עס, אַז אַזאַ געלערנטער מענטש, װי מעסיע לעװי, זאָל ניט װיסן אַזעלכע עלעמענטאַרע זאַכן, װאָס די גאַנצע װעלט װײסט? גוט, מעסיע לעװי, כ’װעל אײַך דערמאָנען און איבערחזרן. דער סימבאָל פֿון די אוקראַיִנישע „רעװאָלוציאָנערן‟, סטעפּאַן באַנדעראַ איז געװען אַ נאַציאָנאַל־סאָציאַליסט פֿון אַן אוקראַיִנישן שניט, אױף אונדזער לשון, אַ פֿאַשיסט, און ער פּערזענלעך איז פֿאַראַנטװאָרטלעכט פֿאַרן מאָרד פֿון טױזנטער און טױזנטער ציװילע בירגער, איבער הױפּט — ייִדן, רוסן און פּאָליאַקן, ס’הײסט, אַ מאָרד לױטן נאַציאָנאַליטעט־אָפּשטאַם.
בײַ די הײַנטיקע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן זײַנען געבליבן די זעלבע אידעאַלן און מעטאָדן, װי מיט יאָרן צוריק בײַ זײערע לערער. איך מײן די שרעקלעכע רוסאָפֿאָבישע פּאָגראָמען און די אַנטיסעמיטישע דעמאָנסטאַציעס. איך פֿאַרשטײ, אַז איך בין אַ קלײן מענטשעלע און כ’בין װײַט פֿון די פּאָליטישע געראַנגלען, אָבער, פֿאַר װאָס זאָל איך ניט גלײבן דעם רוסישן פּרעזידענט, װעלכער איז אינפֿאָרמירט אַ סך בעסער פֿון מיר.
אָט דאָ ניט לאַנג, אױף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָט ער זיך געװאָנדן צו דער אײראָפּעיִשער לייטונג מיט אַ פֿראַגע, צי האָבן זײ דען ניט געזען און ניט געהערט די פּאָגראָם־אױפֿרופֿן פֿון די אוקראַיִנישע מײַדאַן־„רעװאָלוציאָנערן‟, דהײַנו — „שלאָגט די מאָסקאַלן (רוסן) און זשידעס (ייִדן)!‟ — און צי האָבן זײ ניט געהערט די אינטערװיוען מיט די בראַװע פּאָגראָמשטשיקעס, באַפּוצט מיט די סטיליזירטע האַקן־קרײצן אױף די אַרבל?
אַזױ צי אַנדערש, נאָר איך בין זיכער, אַז פֿון בײדע זײַטן באַריקאַדעס געפֿינען זיך ניט קײן מלאָכים, נאָר מער אָדער װײניקער געפֿאַרבטע נאַציאָנאַל־עקסטרעמיסטן. מע דאַרף זײַן גאַנץ משוגע, כּדי אױספֿאַנטאַזירן אַ פֿאָרלײג, אַז רוסלאַנד װעט דערלאָזן אוקראַיִנע זי זאָל צושטײן צום אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. רוסלאַנד איז אַ גרױסע אימפּעריע, זי פֿירט זיך אױף װי אַן אימפּעריע און פֿאָדערט פֿון אַנדערע לענדער צו באַציִען זיך צו רוסלאַנד װי צו אַ גרױסער אימפּעריע. רוסלאַנד איז גרײט צו קעמפֿן אין דער װײַטער סיריע ביזן לעצטן סירישן סאָלדאַט, אַבי ניט צו פֿאַרלירן די אײנציקע רוסישע מיליטערישע שיף־באַזע אין מיטלענדישן ים.
איצט, גיט אַ קוק אױף דער מאַפּע — װוּ איז סיריע און װוּ איז אוקראַיִנע? און נאָך אײן קלײנער פּרט: די אוקראַיִנישע עקאָנאָמיע איז אױף אַכציק פּראָצענט אָפּהענגיק פֿונעם רוסישן מאַרק, פֿון רוסישע מיליאַרדן־קרעדיטן, און פֿון דער רוסישער שװער־אינדוסטריע. איך רעד שױן ניט װעגן נאַפֿט און גאַז, אָן װעלכע אוקראַיִנע װעט פֿאַרפֿרױרן װערן נאָך אײדער די בראַװע רעװאָלוציאָנערן־באַנדעראָװצעס װעלן זיך אױסניכטערן.
מע דאַרף זײַן גוט פֿאַרטשאַדעט צו גלײבן, אַז רוסלאַנד און איר „פֿינפֿטע קאָלאָנע‟ (איך מײן די כּמעט פֿופֿציק פּראָצענט פֿון די רוסיש־שפּראַכיקע אוקראַיִנישע בירגער) װעלן זיך אָפּזאָגן פֿונעם טאָטאַלן קאָנטראָל איבער אוקראַיִנע. ס’איז פּונקט אַזױ אומרעאַל, װי דער פֿריש־געבאַקענער אוקראַיִנער, מעסיע בערנאַר־אַנרי לעװי, װאָלט זיך פּלוצעם דערמאָנט, אַז אײדער ער איז געװאָרן אַן אַלזשירער, אַ פֿראַנצױז, אַ קאָסאָװאַר, אַ באָסניאַק, אַן אַבכאַזער און אַן אוקראַיִנער, איז ער געבױרן געװאָרן ווי אַ ייִד. אָבער, כ’האָב מורא, אַז מײַן נאַיִװע האָפֿענונג געהערט צו דער ראָמאַנטישער אוטאָפּיע…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.