ליטװישע דבֿרי־הימים פֿון גריגאָרי קאַנאָװיטש

The Litvak Chronicles of Grigorii Kanovich


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 21, 2014, issue of March 14, 2014.

די נײַע פֿינף–בענדיקע אױסגאַבע פֿון געקליבענע װערק פֿון גריגאָרי קאַנאָװיטש איז כּולל זײַנע װיכטיקסטע װערק פֿאַר העכער װי פֿערציק יאָר ליטעראַרישער אַרבעט. דאָס איז אַ מין ענציקלאָפּעדיע פֿון ליטװישן ייִדישן לעבן, װאָס ברענגט צונױף דאָקומענטאַלע פּרטים מיט פּאָעטישן כּוח־הדמיון. בטבֿע איז קאַנאָװיטש אַן עפּישער דערצײלער, װאָס שאַפֿט אין זײַנע װערק אַן אײגענע װעלט. די פּערסאָנאַזשן װערן מגולגל פֿון אײן בוך צום אַנדערן. אין פֿאַרשידענע תּקופֿות װערן זײ פֿאַרקערפּערט אין פֿאַרשידענע גופֿים, אָבער בלײַבן געטרײַ זײער אינערלעכן מהות.

דער קאָרפּוס פֿון קאַנאָװיטשס װערק נעמט אַרײַן צװײ גרױסע ציקלען: דעם היסטאָרישן און דעם אױטאָביאָגראַפֿישן. קאַנאָװיטש האָט אַ שאַרפֿן קינסטלערישן חוש פֿאַר געשיכטע, הגם ער שרײַבט ניט קײן היסטאָרישע ראָמאַנען מיט חשובֿע פּערזענלעכקײטן און װיכטיקע געשעענישן. געװײנטלעך, באַטראַכט ער געשיכטע דורך אַ שפּאַקטיװ פֿון „קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות‟. זײַנע פּערסאָנאַזשן, און זײַן אױטאָביאָגראַפֿישער העלד בתוכם, האָבן ניט קײן קלאָרן באַגריף װעגן דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אַרום זײ. דאָס זײַנען פּראָסטע ייִדן, פּאָליאַקן, לינטװינער, װאָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אינעם סאַמע קעסלגרוב פֿון דער װעלט־געשיכטע און װילן פּשוט ניט בלײַבן ליגן אױפֿן דנאָ.

אין אונטערשיד צו די באַרימטע ייִדישע קלאַסיקער און זײַנע בני־עיר, װי אַבֿרהם סוצקעװער און חיים גראַדע, װערט קאַנאָװיטשעס ליטע ניט באַגרענעצט דורך װילנע. ער באַזינגט די שטעטלעך, װאָס זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבער די װעלדער און פֿעלדער פֿונעם נעמאַן־קאַנט. אין דער ייִדישער געאָגראַפֿיע הײסט דאָס לאַנד „זאַמוט‟ (פֿונעם היסטאָרישן ליטװישן געגנט־נאָמען „זשעמײַטיע‟). דאָס איז די סאַמעראָדנע ליטװישע ליטע, װאָס איז לאַנגע יאָרן געװען אײנע פֿון די סאַמע אָפּגעשטאַנענע פּראָװינצן אין אײראָפּע. קוקנדיק פֿון דאַנעט, איז װילנע אַ חלום, אַ „שטאָט פֿון די שטעט‟. װילנע איז אַ מאַגישע שטאָט פֿאַר קאַנאָװיטשן, די שטאָט פֿון „צדיקים, חתנים און גנבֿים‟. קלײן־שטעטלדיקע ייִדן װערן אין װילנע פֿאַרװאַנדלט אין אַנדערע מענטשן, זײ פֿאַרלירן זײער נאַיִװן פּשטות.

װאָס פֿאַר אַן אָרט פֿאַרנעמט קאַנאָװיטש אױף דער ליטעראַרישער װעלט־מאַפּע? ער שרײַבט אױף רוסיש, װאָס איז זײַן דריטע שפּראַך נאָך ייִדיש און ליטװיש. אױסגעלערנט רוסיש האָט ער זיך בעת דער מלחמה אין דער עװאַקואַציע אין צענטראַל־אַזיע; דערנאָך זיך אומגעקערט אין ליטע, און שױן מער װי צװאַנציק יאָר װױנט ער אין ישׂראל. אַלײן האַלט ער זיך פֿאַר אַ רוסישן שרײַבער.

די שפּראַך איז טאַקע דער קלאָרסטער און מסתּמא דער װיכטיקסטער סימן, װען עס קומט צו דעפֿינירן דעם שרײַבערס קולטרעלע „בירגערשאַפֿט‟. דערבײַ אָבער פֿאַרנעמט קאַנאָװיטש אַן אוניקאַל אָרט אין דער רוסישער ליטעראַטור. אין אַ געװיסן זין, איז ער אַ שטיף־קינד פֿון דער פֿילשפּראַכיקער סאָװעטישער ליטעראַטור, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אױף צולהכעיס דעם הערשנדיקן אידעאָלאָגישן רעזשים: „מתּוך שלא לשמה בא לשמה‟. ער אַלײן פֿאַרגלײַכט זיך מיט אַזעלכע מחברים װי פֿאַזיל איסקאַנדער און טשינגיז אײַטמאַטאָװ, די „עטנישע‟ שרײַבער, װאָס האָבן זיך קונה־שם געװען אױף רוסיש. אָבער פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער זײַנען די מעגלעכקײטן געװען מער באַגרענעצט, און קאַנאָװיטש האָט לאַנגע יאָרן געמעגט דרוקן זײַנע רוסישע װערק בלױז אין ליטע.

און דװקא אין װילנע איז אַרױס די נײַע פּרעכטיקע אױסגאַבע, אינעם רוסישן אָריגינאַל און אין דער ליטװישער איבערזעצונג, װאָס מערקט אָפּ דעם שרײַבערס 85סטן געבוירן־טאָג. װען מען לײענט איבער די דאָזיקע װאָגיקע בענד נאָך אַנאַנד, אָנהײבנדיק פֿון דער ערשטער כּמו־אױטאָביאָגראַפֿישער טרילאָגיע „די ליכט אױפֿן װינט‟, און װײַטער — די היסטאָרישע ראָמאַנען „טרערן און תּפֿילות פֿון נאַראָנים‟, „ניטאָ קײן גן־עדן פֿאַר שקלאַפֿן‟, „אַ ציגעלע פֿאַר צװײ זוזים‟, „שמײכל צו אונדז, גאָטעניו!‟ — צו די נײַערע, פּאָסט־סאָװעטישע װערק: „דער פּאַרק פֿון ייִדן‟, און די סאַמע נײַסטע, „דער שטעטלדיקער ראָמאַנס‟ און „דעם שׂטנס כּישוף‟ — הײבט מען אָן משׂיג צו זײַן דעם עפּישן פֿאַרנעם און די פֿילאָסאָפֿישע טיפֿקײט פֿונעם גאַנצן אױפֿטו.

קאַנאָװיטש איז אַ שרײַבער אַ דענקער, אין דער טראַדיציע פֿונעם גרױסן רוסישן ראָמאַן פֿון מחשבֿות. ייִדן אין דער רוסישער ליטעראַטור פֿירן שױן לאַנג אַ געשפּאַנטן וויכּוח מיט די רוסישע גדולים, קודם־כּל, מיט לעװ טאָלסטאָי און פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקין. און אַזױ װי די דאָזיקע צװײ קלאַסיקער, קוקט קאַנאָװיטש אַרײַן אין די טיפֿענישן פֿון דער מענטשלעכער נשמה.

בפֿרט פֿאַרנעמען אים כּלערלײ „פֿיגורן אױפֿן ראַנד‟, װי למשל, שכנא, דער ברודער פֿון אַ ייִדישן רעװאָלוציאָנער, װאָס האָט באַשלאָסן צו אַרבעטן װי אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש בײַ דער צאַרישער זשאַנדאַרמעריע. דאָס זײַנען מאָדערנע מענטשן מיט צעשפּאָלטענע נשמות, װאָס אױף זײ װירקט באַזונדערס שטאַרק „דעם שׂטנס כּישוף‟. אײנצײַטיק, איז קאַנאָװיטשעס פּראָזע דורכגעזאַפּט מיט רמזים אױף ייִדישער קלאַסיק: פּרצן, שלום־עליכמען, מענדעלען. מיט זײ פֿירט ער אַ שטילן שמועס װעגן ייִדישקײט, מוסר און זכּרון.

מיט דער צײַט װערט קאַנאָװיטשעס שרײַבן שטאַרקער, טיפֿער און דורכזיכטיקער. ער באַהערשט דעם סוד פֿונעם פּראָסטן און װאָגיקן װאָרט. ער שרײַבט אָן קונצן, אָבער דערבײַ האַלט ער פֿעסט דעם לײענערס אױפֿמערק פֿונעם ערשטן ביזן לעצטן װאָרט. דאָס איז אַ שרײַבער, װאָס װעט מיט דער צײַט פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם קאַנאָן פֿון דער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור.