די אונגערישע רעגירונג האָט אָפּגעלייגט אַ הזכּרה־צערעמאָניע, אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, צוליב די פּראָטעסטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן באַמערקט, אַז די אונטערנעמונג איגנאָרירט די ראָלע, וואָס אונגערן האָט געשפּילט אינעם ייִדישן חורבן.
די צערעמאָניע, וואָס מע האָט פּלאַנירט דורכצופֿירן דעם 19טן מאַרץ, איז פֿאַרבונדן מיט דער אויפֿדעקונג פֿון אַ נײַעם מאָנומענט, וואָס איז געווידמעט, ווי די אונגערישע רעגירונג האָט דערקלערט, „דעם זכּרון פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע‟. די פֿראַנצויזישע נײַעס־אַגענטור „AFP‟ האָט מיטגעטיילט, אַז מיטוואָך, דעם 19טן פֿעברואַר, האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון דער רעגירונג געמאָלדן, אַז די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען שפּעטער, דעם 31סטן מײַ, און וועט דורכגעפֿירט ווערן „לזכר די קרבנות פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע‟.
די אונגערישע פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות האָט געזאָגט, אַז זי וועט בויקאָטירן די צערעמאָניע. מיט אַ וואָך צוריק, דעם 13טן פֿעברואַר, האָט דער אונגערישער פּרעזידענט, וויקטאָר אָרבאַן, געבעטן די ייִדישע אָרגאַניזאַציע דאָס נישט צו טאָן. אַנדרע הײַזלער, דער ראָש פֿון דער פֿעדעראַציע, האָט באַטאָנט, אַז דער פּרעזידענט האָט נישט פֿאָרגעלייגט אין זײַן בריוו קיין לייזונג פֿון דער פּראָבלעם.
אין יאַנואַר, האָט דער אינפֿאָרמאַציע־צענטער בײַ דער אונגערישער רעגירונג דערקלערט, אַז מע פּלאַנירט אויפֿצושטעלן דעם מאָנומענט אויפֿן בודאַפּעשטער פֿרײַהייט־פּלאַץ „אין אָנדענק פֿון אַלע אונגערישע קרבנות פֿון דער טראַגישער דײַטשישער אָקופּאַציע, ווי אויך אין שײַכות מיט 70סטן יאָרטאָג פֿונעם חורבן‟. די סתּירה מיטן מאָנומענט באַשטייט אין דעם, וואָס ער שילדערט אונגערן ווי אַ מלאך, וואָס ווערט אַטאַקירט דורכן דײַטשישן אָדלער. די קריטיקער טענהן, אַז אַזאַ געשטאַלט טויג נישט, ווײַל בעת דער מלחמה האָט דאָס דאָזיקע לאַנד זיך געפֿירט ווײַט נישט ווי אַן אומשולדיקער מלאך; אַדרבה, נישט ווייניק פֿון די אונגערישע תּושבֿים האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם פֿאַרטיליקן בערך 450,000 אָרטיקע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.