הײַיאָר, זענען צוויי פֿירנדיקע קאַנדידאַטן אויפֿן „אָסקאַר‟־פּריז ווי די בעסטע אַקטיאָרן נישט־ייִדן, וואָס שפּילן די ראָלעס פֿון ייִדישע פּערסאָנאַזש. די ייִדישע און אַלגעמיינע קולטור אין אַמעריקע איז שוין לאַנג אויסגעמישט. אַזאַ געשעעניש איז, אָבער, דאַכט זיך, נאָך קיינמאָל נישט געשען אין דער געשיכטע פֿונעם קינעמאַטאָגראַף.
קריסטשען בייל טרעט אויף אינעם פֿילם „דער אַמעריקאַנער שווינדל‟ אין דער ראָלע פֿון אירווינג ראָזענפֿעלד, אַ ייִדישער שווינדלער מיט אַ קאַריקאַטורישן אויסזען. עס האָט זיך אָבער באַקומען אַ גענוג סימפּאַטישער קינאָ־פּערסאָנאַזש.
לעאָנאַרדאָ דיקאַפּריאָ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אויפֿן עקראַן אין אַן אַנדער סתּירותדיקער ייִדישער פֿיגור — דער באַרימטער שווינדלער דזשאָרדאַן בעלפֿאָרט, אַ רעאַלער היסטאָרישער פּערסאָנאַזש — אינעם פֿילם „דער וואָלף פֿון וואָל־סטריט‟. דיקאַפּריאָס נײַער אַמפּלואַ זעט אויס ווי אַ גראָטעסק־ווערסיע פֿון זײַנע אַנדערע באַקאַנטע ראָלעס. ביילס שפּילן שאַפֿט אַ טיפֿערן אײַנדרוק; דיקאַפּריאָס ראָלע איז מער פֿאַרווײַלעריש.
די קשיא איז, וואָס הייסט „דזשויִש‟ און וואָס נישט, ווען עס גייט אַ רייד וועגן קינאָ? טשאַרלי טשאַפּלין איז נישט געווען אַ ייִד, אָבער וווּנדערלעך אויפֿגעטראָטן אין דער ראָלע פֿונעם ייִדישן שערער אינעם באַרימטן פֿילם „דער גרויסער דיקטאַטאָר‟, געשאַפֿן אינעם יאָר 1940 ווי אַ חוזק־קאָמעדיע קעגן היטלער. ס׳איז נישטאָ קיין ערנסטער יסוד פֿאַר די קלאַנגען, אַז טשאַפּלין האָט, כּלומרשט, אַליין געשטאַמט פֿון ייִדן.
דער באַרימטער פֿראַנצויזישער אַקטיאָר לויִ דע פֿינעס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון וויקטאָר פּיווער אין די „ווילדע פּאַסירונגען מיט הרבֿ יעקבֿ‟, פֿונעם יאָר 1973. אין דעם פֿאַל, איז די מעשׂה מער קאָמפּליצירט. פּיווער איז נישט אַ ייִד, נאָר אַ פֿראַנצויז, לאַוו־דווקא אַ פֿרײַנד פֿון ייִדן, וואָס מוז זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ חסידישן רבין מיט אַ שטרײַמל.
אין מאָנטי פּײַטאָנס קאָמעדיע „דאָס לעבן פֿון ברײַאַן‟, געשאַפֿן אינעם יאָר 1979, פֿירט גראַהאַם טשאַפּמאַן אויס די ראָלע פֿון אַ ייִדישן יונגערמאַן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אינעם אוראַלטן ארץ־ישׂראל דעם זעלבן טאָג און אינעם זעלבן אָרט, ווי יעזוס. ער ווערט אַ רעוואָלוציאָנער און באַטייליקט זיך אינעם קאַמף קעגן די רוימער. דער ייִדישער עולם באַטראַכט אים ווי דעם אמתן משיח, און די רוימישע מאַכט וויל אים קרייציקן. איז עס אויך אַ ייִדישער פּערסאָנאַזש?
באַרבאַראַ סוקאָוואַ האָט נישט לאַנג צוריק אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון חנה אַרענדט אין מאַרגאַרעטע פֿאָן טראָטאַס פֿילם. אינעם יאָר 1986, האָט זי זיך פֿאַרשטעלט אויפֿן עקראַן ווי אַן עכטע באַרימטע ייִדישע רעוואָלוציאָנערקע, אינעם פֿילם „ראָזאַ לוקסעמבורג‟.
דאָס זענען בלויז אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון נישט־ייִדישע אַקטיאָרן, וועלכע האָבן גלענצנדיק אויסגעפֿירט די ראָלעס פֿון ייִדן, הגם ס׳איז שווער, אין דער אמתן, צו באַשטימען, וואָס מיינט אין קינאָ צו זײַן אַ „ייִדישער‟ פּערסאָנאַזש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.