דער „קאָנסיסטואַר‟ האָט צום דריטן מאָל אָרגאַניזירט אַ סוף־וואָך סעמינאַר פֿאַר די קהילה־פֿירערס אין פֿראַנקרײַך. דער „קאָנסיסטואַר‟ איז געגרידעט געוואָרן דורך נאַפּאָלעאָנען אין 1808, און איז די אָפֿיציעלע רעפּרעזענטאַטיווע אינסטאַנץ פֿון די פֿראַנצייזישע ייִדן. עס זענען דאָ אָרטיקע „קאָנסיסטואַרן‟ און אַ צענטראַלער, וואָס גרופּירט זיי. ווי באַקאַנט, איז פֿראַנקרײַך זינט 1905 אַ וועלטלעכע מלוכה, וווּ אַלע רעליגיעזע ענינים זענען שטרענג אָפּגעזונדערט. פֿונדעסטוועגן, האָט דער „קאָנסיסטואַר‟ געהאַלטן זײַן צענטראַלע ראָלע פֿון רעפּרעזענטירן די קהילה און אירע אינטערעסן, ווי אויך פֿון אָרגאַניזירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון קהילה־לעבן,, ווי למשל, אויסוויילן דעם הויפּט־רבֿ.
צום סוף־וואָך זענען געקומען מער ווי 140 קהילה־פֿירערס. דורך די פֿראַגעס, וואָס מע האָט אַרומגערעדט, קען מען זען, וואָס עס זענען די הויפּט־טעמעס וועלכע באַשעפֿטיקן די פֿראַנצייזישע ייִדן הײַנט צו טאָג.
אין אַ סך דיסקוסיעס און רעפֿעראַטן האָט מען גערעדט וועגן דער אימיגראַציע פֿון ייִדן קיין ישׂראל, וועגן דעם געפֿיל פֿון אומזיכערקייט, צוליב דעם שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם, און וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך.
אין די לעצטע יאָרן זענען אַ סך פֿראַנצייזישע ייִדן עולה געווען קיין ישׂראל. דאָס העברעיִשע וואָרט איז שוין אַפֿילו אַרײַן אין דער שפּראַך, און מע רעדט נישט וועגן אימיגרירן קיין ישׂראל נאָר וועגן „faire son aliyah‟. דער „קאָנסיסטואַר‟ שטיצט אונטער די עליה, אָבער אין דער גלײַכער צײַט שטעלט מען פֿראַגעס וואָס שײַך דעם. וואָס דאַרף מען, למשל, ענטפֿערן די ייִדן, וואָס פֿרעגן זיך אָן, צי עס איז נייטיק אַוועקצופֿאָרן, כּדי צו אַנטלויפֿן פֿון דעם אַנטיסעמיטיזם? און וואָס וועט געשען מיט די קהילות דאָ, אויב עס פֿאָרן אַוועק ווײַטער מער און מער ייִדן קיין ישׂראל? דער אויספֿיר איז געווען, אַז דער „קאָנסיסטואַר‟ מוז באַרויִקן די ייִדן, ווײַל מע וואָלט נאָר געדאַרפֿט עולה זײַן, אויב מע וויל טאַקע אָנהייבן אַ נײַ לעבן אין ישׂראל, אָבער ס’איז נישטאָ קיין סיבה אַוועקצופֿאָרן צוליב שרעק.
די זשורנאַליסטן שלמה מלכּה און זשאַן איב קאַמי האָבן אַנטוויקלט אַ היפּאָטעז, אַז אין דער צוקונפֿט וועט די ייִדישע קהילה אין פֿראַנקרײַך ווערן שטאַרק רעדוצירט, ווײַל אַן ערך אַ דריטל וועט עולה זײַן, און אַן אַנדער דריטל וועט זיך ביסלעכווײַז אין גאַנצן אַסימילירן.
די פּראָפֿעסאָרן עריק כּהן און שמואל טריגאַנאָ האָבן פּרעזענטירט די רעזולטאַטן פֿון אַן אַנקעטע, וואָס זיי האָבן געפֿירט בײַ די ייִדישע געזעלשאַפֿטן אין לאַנד. דרײַ וויכטיקע אויספֿירן פֿון דער אַנקעטע זענען:
— ערשטנס, אַז די ס’רובֿ קהילה־פֿירערס האַלטן אָן גוטע באַציִונגען מיט די מלוכה־אינסטאַנצן.
— צווייטנס, אַז אַ גרויסער טייל פֿון זיי איז פּעסימיסטיש געשטימט וואָס שײַך דער אַנטוויקלונג פֿון אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך.
— און צום סוף, אַז נישט גענוג יונגע לײַט זענען אַרײַנגעטאָן אין די קהילה־ענינים.
מישעל טאַובער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון העברעיִשער ליטעראַטור, וואָס איז אויך אַ באַגאַבטע ייִדיש־זינגערין און אַ ייִדיש־לערערקע, האָט געשאַפֿן אַ נײַע ראַדיאָ־עמיסיע וועגן דער העברעיִשער ליטעראַטור, וואָס ווערט טראַנסלירט אויף דער ייִדישער ראַדיאָ־סטאַנציע Judaïques FM. די ערשטע עמיסיע איז געווען וועגן דער פֿראַנצייזישער איבערזעצונג פֿון ירמי פּינקוסעס ראָמאַן “דער גרויסער קאַבאַרעט פֿון פּראָפֿעסאָר פֿאַבריקאַנט”. פּינקוס דערציילט די טראַגיש־קאָמישע מעשׂה פֿון אַ ייִדיש־רומענישן טעאַטער פֿאַרן קריג, אַ קאַפּיטל געשיכטע וואָס איז נישט אַזוי באַקאַנט אין פֿראַנקרײַך.
אינעם מוזיי פֿאַר די קינדער פֿון וועל’ דיוו’ (Cercil - Musée-mémorial des enfants du Vél d’Hiv’) אין דער שטאָט אָרלעאַן קען מען ביזן 9טן מאַרץ זען אַ אויסשטעלונג וועגן דער מוזיק אין די אינטערניר־לאַגערן אין פֿראַנקרײַך, בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אינטערניר־לאַגערן זענען דאָ געווען אַ סך בשעת דער מלחמה, צוויי פֿון די הויפּט־לאַגערן פֿאַר ייִדן זענען געווען פּיטיוויע (Pithiviers) און באָן־לאַ־ראָלאָנד (Beaune-la-Rolande). פֿון מײַ 1941 ביז די ערשטע דעפּאָרטאַציעס אין 1942, זענען דאָרטן געווען אַן ערך 3700 מענער. ס’רובֿ פֿון זיי האָבן בכלל נישט געקענט אַרויסגיין פֿון לאַגער. אין לאַגער איז אַוודאי געווען אַ שרעקלעכע אומזיכערקייט לגבי דער צוקונפֿט, און יעדער איינער האָט געמוזט געפֿינען אַ וועג זיך אַ ביסל צו באַפֿרײַען פֿון דער דריקנדיקע אַנגסטן. אַזוי איז געקומען צו דעם, אַז די מוזיקער וואָס זענען געווען צווישן די אינטערנירטע, האָבן אַנטוויקלט אַ רײַכע מוזיקאַלישע אַקטיוויטעט, העלפֿנדיק זיך אַליין און די אַנדערע דורכצוקומען די שווערע לאַנגע חדשים. מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָרן און דיריגענטן האָבן זיך אָרגאַניזירט און געשאַפֿן אַ כאָר, אַן אָרקעסטער און געהאַלטן לעקציעס. די אויסשטעלונג ווײַזט די רײַכקייט פֿון זייערע אַקטיוויטעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.