כ’האָב שוין פֿון לאַנג געהאַט בדעה צו שרײַבן וועגן דעם אַמעריקאַנעם אײַנפֿיר פֿון פֿרעגן („האַו אַר יו?‟), נאָר אַלינאַ סיאָניאַן האָט עס מיר אויסגעכאַפּט. איך פֿאַרשטיי, אַז זי איז נישט קיין הי־געבוירענע, נאָר איינע וואָס איז געבוירן אין מאָסקווע. פֿאַר די רוסיש געבוירענע איז דער זאָג אַזוי פֿרעמד, ווי פֿאַר אונדז ייִדן, אייראָפּעער געבוירענע די הרי חושך. בײַ אונדז, אַז צוויי מענטשן טרעפֿן זיך אין גאַס און מ’פֿרעגט אויף ייִדיש: „וואָס מאַכט איר?‟ — מיינט מען צו זאָגן מיטן געזונט, מען מיינט וואָס מאַכט די משפּחה, די קינדער, די אייניקלעך? — דעם גאַנצן סכום ענטפֿערס, וואָס מ’האָט צײַט אויסצוהערן.
לעבן מיר אין אַ וועלט פֿון הו־האַ, מיט טעג, אָנגעפֿילט ביזן קאָרעק מיט דאגות־פּרנסה, צרות פֿון קינדער, מיט נחת פֿון אייניקלעך, מיט וווילטאָג און לוקסוס, מיט לעבן אַ גוטן טאָג, מיט געניסן פֿונעם לעבן ביזן דנאָ, מיט בײַטן דעם אויטאָ אויף אַ נײַעם יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק, מיט זײַן אויסגעשפּילט, מיט אָנווערן דאָס הויז, טויזנט אָנשיקענישן אָן אַ סוף.
איז וואָס? מען האָט דען צײַט זיך אָפּצושטעלן אין מיצקע דערינען און כאַפּן אַ שמועס מיט אַ שכן? אַ פֿרײַנד? אַ פֿרעמדן? אַ נעכטיקע וועטשערע. האָב איך געטראַכט, יעדעס מאָל וואָס איך הער „האַו אַר יו?‟ — וועל איך דווקא ענטפֿערן:
„איך האַלט בײַם שטאַרבן…‟ — דער ענטפֿער איז אַלעמאָל דער זעלבער: „פֿײַן!‟
אַנומלטן האָב איך באַגעגנט אין גאַס עמעצן, וואָס איך קען אַ שפּאָר ביסל צײַט. באַגריסט ער מיך:
„האַו אַר יו?‟ — ענטפֿער איך אים: „נישט גוט!‟ — ענטפֿערט ער מיר: „פֿײַן!‟
שרײַ איך אים נאָך: „ביטער! געפֿערלעך, כ’גיי אונטער!‟ — ענטפֿערט ער מיר פֿון דער ווײַטנס: „פֿאַנטאַסטיק, גרייט! טעריפֿיק!‟ — גיי, האָב עפּעס צו אים. מ’קען נישט ברעכן קיין אײַנגעשטעלטע נאָרמעס.
לעצטנס האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט בײַ מײַנער אַ באַקאַנטע אין שפּיטאָל, זי איז ערשט אַדורך אַן אָפּעראַציע אויפֿן האַרצן. פֿרעג איך זי: „האַו אַר יו?‟ ענטפֿערט זי מיר: „פֿײַן!‟ — זאָג איך איר: „דו זעסט אויס גוט, ווי פֿילסטו זיך?‟ — זאָגט זי: „טעריפֿיק!‟
איר פֿאַרשטייט, ליבע פֿרײַנט, וווּ מיר האַלטן? מיר האַלטן בײַ שפֿוך־המתך על הגויים ועל הייִדן, צו אַלדע רוחות, וואָס ציטערט מען אויסצוזאָגן וואָס מען מאַכט, ווי מען פֿילט זיך און וווּ מען האַלט. פֿרעג איך ווײַטער:
„ווי איז אַדורך די אָפּעראַציע?‟ — „פֿײַן!‟ — דער ׳פֿײַן׳ דערגייט מיר די יאָרן. שוין זשע האָט מען פֿאַרגעסן זיך צו פֿאַרשטענדיקן אויף אַ מענטשלעכן אופֿן? אַז אַלץ איז פֿײַן, וואָזשע אײַלט מען זיך אַזוי? וואָזשע פֿאַרהילט מען די געפֿילן, עמאָציעס, שרעק און אַ מענטשלעכע רעאַקציע.
די טעג טרעף איך זיך אָן אין אַ היגער באַקאַנטע. פֿרעגט זי מיך:
„האַו אַר יו?‟ — בשעת זי קוקט אַרײַן אין איר מאָבילקע און הערט, הייבט זי נישט אָן צו וויסן, וווּ איך האַלט. האָב איך באַשלאָסן זי צו באַלאַגערן מיט אַן אינטערעסאַנט געשעעניש, וואָס איז מיר צו האַנט געקומען לעצטנס. זאָג איך איר:
„מײַן שוויגער האַלט זיך בײַ גטן. דער מאַן האָט זי באַטראַפּלט (אויסגעזאָגט) מיט אַ שטיקעלע נײַעס: ׳זײַ וויסן גערטרוד,׳ האָט ער געזאָגט, ׳אַז איך בין לעצטנס אַרויס פֿון דער שאַפֿע.׳
׳וואָס האָסטו געטאָן אין דער שאַפֿע? זי איז באַלייגט מיט אַלערליי שמאָנצעס.׳ פֿרעגט זי אים. ענטפֿערט ער: ׳ס‘האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דער שאַפֿע, ס’האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס איך וויל אַ גט, ווײַל איך האָב זיך פֿאַרליבט אין מײַן חבֿר און מיר האָבן א סך געמיינזאַמס.׳ — ׳זאָג מיר נישט, אַז דו ביסט איינער פֿון זיי, כ’מיין, די פֿריילעכע קאָמונע?׳ ענטפֿערט ער איר: ׳געטראָפֿן אין פּינטל! נאָכן גט גיי איך חתונה האָבן מיט מײַן געליבטן, ער וועט זײַן מײַן ווײַב.׳
„די פֿרוי האָט זיך נישט פֿאַרלוירן און אים צוגעשטעלט צום ווענטל: ׳און איך בין דיר געגאַנגען זאָגן, אַז איך בין שטאַרק קראַנק, מען דאַרף מיר איבערפֿלאַנצן איין ניר, וויל איך וויסן, צי דו ביסט גרייט דאָס צו טאָן, אויב דײַן ניר וועט זיך שטיסעווען מיט מײַנער.׳ זאָגט ער איר: ׳קוק אָן, איך בין נאָך אין מײַן צווייטער יוגנט, איך וויל לעבן לאַנג. מיר האָבן אַ טאָכטער, גיי און לייג איר פֿאָר, אַז דו נייטיקסט זיך אין אַ ניר.׳ זאָגט זי אים: ׳זאָל זיך דיר דאַכטן, אַז כ’האָב שוין פּרובירט, זי זאָגט זיך אָפּ; זי טענהט, אַז זי איז צו יונג אויף צו פֿאַרלירן אַ ניר, אַ חוץ דעם, האָט זי צוויי קליינע קינדער, און זיי דאַרפֿן אַ מאַמע.׳
„און אַזוי האָט זיך דאָס עסק פֿאַרשלעפּט אין דער לאַנגער באַנק אַרײַן, ביז דעם מאַנס חבֿר האָט זיך דערוווּסט פֿון דער זאַך. האָט ער זיך פֿרײַוויליק צוגעשטעלט צו דער אָפּעראַציע.׳ — ׳דו הערסט, וואָס איך וויל דיר זאָגן, אַז ס’האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דער שאַפֿע, ס’האָט צו טאָן מיט מענטשלעכקייט, וואָס דו, מײַן אַמאָליקער מאַן, האָסט עס קיינמאָל נישט פֿאַרמאָגט.׳‟
נאָך דער לאַנגער געשיכטע האָט זיך מײַן שוויגער געוואָנדן צו דער באַקאַנטער, וועלכע האָט נאָך געקלאַפּט אויפֿן מאַשינקעלע.
„וואָס זאָגסטו נישט דערצו? זאָג מיר טײַערינקע, האָסט כאָטש געהערט איין וואָרט וואָס איך האָב דיר דערציילט?‟ — האָט זיך יענע אָפּגעריסן איר בליק פֿון דער מאָבילקע, מיך אָנגעקוקט מיט אַ פּאָר פֿרעמדע אויגן און געשמייכלט:
„פֿײַן! זײַ געזונט, און ס’איז גוט דיך צו זען. לאָמיר אַמאָל זיך טרעפֿן אויף אַ קאַווע.‟
„פֿײַן! ווען?‘ — יענע האָט געענטפֿערט:
„די טעג, ווען איך בין נישט אַזוי פֿאַרנומען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.