איינע פֿון די מעלות פֿון אַ קאָנצערט, אַנטקעגן אַ רעקאָרדירונג איז, אַז מע קען זען, און נישט בלויז הערן, ווי אַזוי דער מוזיקער דריקט זיך אויס. פֿון דעסטוועגן, פֿאָלגן די הײַנטיקע קאָנצערטן געוויינטלעך דעם זעלבן קאָנסערוואַטיוון פֿאָרמאַט. ווען אַ מוזיקער טוט עפּעס אַ ביסל אַנדערש פֿונעם רוטין, באַצייכנט מען זיי ווי „עקספּערימענטאַל‟ אָדער „אַוואַנגאַרד‟.
ס׳טרעפֿט אָבער קיין מאָל נישט, אַז אַ סופּערסטאַר טוט עפּעס אין גאַנצן אַנדערש — נישט ווײַל ער שטעלט זיך אַנטקעגן דעם סטאַטוס־קוואָ, נאָר פּשוט, ווײַל ער וויל זיך אויסדריקן פֿון טיפֿן האַרצן. עווגעני קיסין, דער פּיאַניסט, האָט דאָס געטאָן — אויף אַ פּרעכטיקן אופֿן — דעם 24סטן פֿעברואַר אינעם קאָנצערט־זאַל פֿונעם „קענעדי־צענטער‟.
צו ערשט, האָט ער געשפּילט מוזיק, וואָס כּמעט קיינער אין זאַל וואָלט אַ מאָל געהערט. דער קאָנצערט איז אונטערגעשטיצט געוואָרן פֿונעם פֿיאַנטראָפּ טשאַרלס קראַוטהאַמער און זײַן פֿרוי, ראָבין, כּדי צו באַקענען דעם ברייטן עולם מיט די קלאַסישע ווערק פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן. קיסין, וועלכער האָט אין דעצעמבער אָנגענומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט, ווי אַן עפֿנטלעכער סימן פֿון זײַן טרײַשאַפֿט צום ייִדישן פֿאָלק, האָט מיט אויסערגעוויינטלעכער פֿעיִקייט געשפּילט די ווערק פֿון רוסיש־ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט: משה מילנערס „פֿאַרן אָפּשייד‟ — אַ קאָמפּליצירטע ראַפּסאָדיע פֿון אַ ייִדיש פֿאָלקסליד; אַלכּסנדר וועפּריקס אימפּאָנירנדיקע צווייטע סאָנאַטע; אַלכּסנדר קריינדס „טאַנץ־סוויטע‟, וואָס וועבט דורך די קלעזמער־ניגונים דורך אַ פּריזמע פֿון דער באַראָק־מוזיק, און ערנסט בלאָכס רײַכע, טיפֿע פּיאַנע־סאָנאַטע.
און דער צווייטער אומגעוויינטלעכער עלעמענט פֿונעם אָוונט: קיסין האָט רעציטירט פּאָעזיע. אויף ייִדיש.
אַזאַ זאַך וואָלט געקאָנט אויסזען זייער מאָדנע. דאָס רעציטירן פּאָעזיע איז נישט קיין גרינגער אויפֿטו, אַפֿילו בײַ געניטע אַקטיאָרן, און קיסין האָט קיין מאָל נישט געמאַכט קיין אײַנדרוק פֿון אַן עקספּרעסיוון מיטשמועסער. בדרך־כּלל, זאָגט ער נישט קיין וואָרט בעת זײַנע קאָנצערטן, אַחוץ, בײַם ביס, ווען ער רופֿן אָן דעם נאָמען פֿונעם ווערק, וואָס ער גייט שפּילן.
אָבער ווען ער איז דאָס מאָל אויפֿגעשטאַנען פֿון דער פּיאַנע און אָנגעהויבן רעציטירן חיים נחמן ביאַליקס „אויף דעם הויכן באַרג‟ (גלײַכצײַטיק באַגלייט מיט דער ענגלישער איבערזעצונג איבער זײַן קאָפּ), האָט מען דערפֿילט אינעם זאַל, ווי די ביז־איצטיקע שילדערונג פֿון קיסין פּלאַצט, ווי אַ זייף־בלעזל.
אַז ער איז אַ געניאַלער פּיאַניסט איז, אַוודאי, נישט קיין נײַעס. אָבער אַז ער קאָן זיך אַנטפּלעקן אין אַ גאָר אַנדערער ראָלע, פֿאָרלייענען ייִדישע ליטעראַטור מיטן ריכטיקן אויסדרוק און זשעסטן; אַז ער קען איבערגעבן די ווערטער און עמאָציעס פֿון אַ געשריבענעם טעקסט אַזוי ווי ער טוט מיט די נאָטן פֿון אַ געדרוקטער פּאַרטיטור — אויף דעם האָב איך זיך אין גאַנצן נישט געריכט.
מוזיק איז אַן אינטימע זאַך, אָבער אין אונדזערע שיין־באַצירטע קאָנצערט־זאַלן, איז דאָס גרינג צו פֿאַרגעסן. פּאָעזיע איז נאָך מער אינטים, און מע הערט זי זעלטן אין אַ זאַל פֿון 2,000 ערטער. צו הערן ביידע אין איינעם — אָן פּרעטענזיעס, נאָר גלײַך פֿון האַרצן, האָט צונויפֿבונדן יעדן אין זאַל אין אַ בשותּפֿותדיקער נסיעה צו דער פֿאַרגאַנגענהייט. אַפֿילו בײַ די פֿון אונדז, וועלכע האָבן נישט קיין זכרונות פֿון ייִדיש־רעדנדיקע באָבע־זיידע, האָט קיסין אויף אַ לעבעדיקן אופֿן פֿאַרקערפּערט די וועלט פֿון אַמאָל.
ווען מע ניצט דאָס וואָרט „ווירטואָז‟, רעדט זיך, געוויינטלעך, וועגן טעכנישע פֿעיִקייטן. דאָ האָבן מיר דערזען אַ גאָר אַנדער מין ווירטואָז, וועלכער קען אויסשפּילן פֿיר מוזיקאַלישע ווערק און אויך דעקלאַמירן 13 לידער אויף ייִדיש (אַרײַנגערעכנט דעם ביס, „די פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט‟ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין) — אַלץ אויף אויסנווייניק, מײַסטעריש דורכגעפֿירט. הלוואַי וואָלט מען דעם קאָנצערט רעקאָרדירט. ווי עס זאָל נישט זײַן, איז עס אַן אָוונט, וואָס איך וועל געדענקען אויפֿן גאַנצן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.