ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

אַבעל באַסטי מיטן בוך, „נאָך היטלערס שפּורן‟
אַבעל באַסטי מיטן בוך, „נאָך היטלערס שפּורן‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published February 27, 2014, issue of March 28, 2014.

צי איז היטלער געבליבן לעבן?

היטלער האָט זיך ניט גענומען דאָס לעבן, װען ער האָט געזען דעם סוף פֿון קריג, נאָר ער איז אַנטלאָפֿן קיין אַרגענטינע, און באַזוכט די דרום־אַמעריקאַנער לענדער מיט פֿאַלשע פּאַספּאָרטן, איינעם פֿון זיי, אויפֿן נאָמען פֿון קורט ברונאָ קירכנער, האָט ער באַניצט אין פּאַראַגװײַ. דאָס איז די טעזע פֿון אַבעל באַסטי, אַן אַרגענטינער זשורנאַליסט, װאָס האָט לעצטנס פּובליקירט זײַן בוך „נאָך היטלערס שפּורן‟.

דאָס בוך אַנטהאַלט זײַן פֿאָרשונג פֿון 20 יאָר שװערער אַרבעט. היטלער קומט קיין אַרגענטינע אין אַן אונטערוואַסער־שיף און װוינט אין באַרילאָטשע מיטן נאָמען אַדאָלף שטיטלמײַער. באַרילאָטשע איז געװאָרן נאָכן קריג אַ האַרבעריק פֿאַר די נאַציס, װוּ מען האָט אַנטדעקט און געכאַפּט אייניקע פֿון זיי.

באַסטי האָט דערקלערט, אַז ער האָט געהערט די װערסיע װעגן היטלערן אין 1994, אָבער ער האָט אין דעם ניט געגלייבט. „איך האָב אָנגעהויבן מײַן פֿאָרשונג, אינטערװיויִרט אַ סך דײַטשן אין דרום־אַרגענטינע, אין פּאַטאַגאָניע און אין באַרילאָטשע, און געקומען צום אויספֿיר, אַז ער האָט ניט געלעבט פֿאַרשפּאַרט, — שרײַבט באַסטי, — ער איז פֿרײַ אַרומגעפֿאָרן איבער אַרגענטינע, בראַזיל, קאָלאָמביע און פּאַראַגװײַ.‟

באַסטי האַלט, אַז היטלערס אַרויספֿאָרן פֿון דײַטשלאַנד איז געװען אַ מיליטערישער אָפּמאַך צװישן די נאַציס און די אַמעריקאַנער, װאָס האָבן דערלויבט אַרויסצופֿאָרן קיין אַמעריקע מענטשן און אַרויסגעפֿירט טעכנאָלאָגיע און געלט, צו באַקעמפֿן דעם קאָמוניזם.

בעת דער פּרעזידענטשאַפֿט פֿון פּעראָן (1946־1955) האָט היטלער געװוינט אין אַ פֿאָלװאַרק מיטן נאָמען „סאַן ראַמאָן‟, אַ 15 ק״מ פֿון באַרילאָטשע. עלאָיסאַ כונין איז געװען די פֿרוי, װאָס פֿלעגט פֿאַרזוכן היטלערס עסן, צו פֿאַרזיכערן, אַז מען װעט אים ניט פֿאַרסמען; ער האָט זיך אויך געטראָפֿן מיט אַנכעלאַ סאָריאַני, אַ פּלימעניצע פֿון היטלערס קעכין, קאַרמען טאָרעטעגי.

אַז דאָרט האָט געלעבט היטלער, איז געװען אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, און מען האָט װעגן דעם כּסדר גערעדט. װען מען האָט אַראָפּגעזעצט פּעראָנען, האָבן אַ סך נאַציס פֿאַרלאָזט אַרגענטינע, און זיך באַזעצט איבערהויפּט אין פּאַראַגװײַ. היטלער אַליין האָט זיך דאָרט באַזעצט אונטערן נאָמען קורט ברונאָ קירכנער, װוּ ער איז געשטאָרבן דעם 5טן פֿעברואַר 1971. ער איז באַערדיקט אין אַסונסיאָן אין אַן אונטערערדישן בונקער, װוּ עס געפֿינט זיך איצט אַ מאָדערנער און עקסקלוסיװער האָטעל. באַסטי באַשרײַבט, אַז דער האָטעל װערט פֿאַרמאַכט בעת דער ערשטער װאָך פֿעברואַר, און די נאַציס פֿון דער גאַנצער װעלט קומען באַערן זייער פֿירער.


40 יאָר שטיצע פֿאַר ייִדן אָן אַרבעט

מיט 40 יאָר צוריק, אין 1974, נאָך אַ שװערן עקאָנאָמישן קריזיס אין אַרגענטינע, װערט געבוירן אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה אַ דעפּאַרטאַמענט, װאָס האָט געהאַט פֿאַר אַ ציל צו געפֿינען אַרבעט פֿאַר די אַרבעטלאָזע, צוגרייטן זיי און לערנען, װי אַזוי צו זוכן נײַע שטעלעס.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.