אַ פֿאַראָבֿלטע מאַמע ווערט אַן עקספּערט קעגן טעראָריזם

From Bereaved Mother to Counterterrorism Authority

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published February 28, 2014, issue of March 28, 2014.

דבֿורה האַלבערשטאַם, בײַם קריגן אַן אויסצייכענונג פֿון דער „עף־בי־אײַ‟ אין 2009
Courtesy of Devorah Halberstam
דבֿורה האַלבערשטאַם, בײַם קריגן אַן אויסצייכענונג פֿון דער „עף־בי־אײַ‟ אין 2009

דעם 1ט מאַרץ 1994 האָט אַן אַראַבישער טעקסי־שאָפֿער דערשאָסן אויף טויט אַ 16־יאָריקן ליובאַוויטשער ישיבֿה־בחור, אַרי האַלבערשטאַם, אויף דער ברוקלין־בריק. דעם צווייטן טאָג האָט מען אַרעסטירט דעם מערדער, ראַשיד באַז, ער האָט זיך מודה געווען, און איז מיט עטלעכע חדשים שפּעטער פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 141 יאָר תּפֿיסה.

אַריס מאַמע, דבֿורה האַלבערשטאַם, האָט אָבער געהאַלטן, אַז דאָס איז נישט געווען סתּם אַ מאָרד, נאָר אַ סימן פֿון אַ טעראָריסטישער קאָנספּיראַציע, און זי האָט עפֿנטלעך קריטיקירט די אינסטאַנצן פֿאַר באַהאַנדלען עס ווי דער אַקט פֿון איין יחיד.

במשך פֿון צוואַנציק יאָר האָט זי געפֿאָרעדט אַ טיפֿערע אויספֿאָרשונג. זי האָט זיך פֿאַרבונדן מיט אַ לאַנגער ריי סענאַטאָרן און קאָנגרעסלײַט, מיטן ביוראָ פֿונעם בירגער־מײַסטער, און אָפֿט געפֿאָרן קיין וואַשינגטאָן.

הײַנט, ווען עס דערנענטערט זיך שוין די צוואַנציקסטע יאָרצײַט פֿון יענעם שרעקלעכן אַטאַק, ווערט האַלבערשטאַם פֿאַררעכנט פֿאַר אַן עקספּערט אין טעראָריזם מיט נאָענטע באַציִונגען צו דער פּאָליציי — אַ זעלטענע ראָלע פֿאַר אַ חסידישער פֿרוי. זי העלפֿט טרענירן זיכערהייט־באַאַמטע וועגן ענינים אין שײַכות מיט טעראָריזם; גיט סעמינאַרן פֿאַר אַגענטן פֿון דער פּאָליציי און „עף־בי־אײַ‟; באַזוכט מיליטערישע באַזעס איבערן לאַנד, כּדי צו האַלטן לעקציעס פֿאַר סאָלדאַטן, און טרעפֿט זיך אויף זיצונגען מיט זיכערהייט־באַאַמטע פֿון אויסלאַנד.

מיט אַ וואָך צוריק איז האָזע פּימענטעל, וועלכער האָט געפּרוּווט צונויפֿשטעלן אַ רער־באָמבע, כּדי דורכצופֿירן אַן אַטאַק אין ניו־יאָרק, פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 16 יאָר תּפֿיסה, אַ דאַנק די געזעצן, וואָס האַלבערשטאַם האָט געהאָלפֿן צונויפֿשטעלן.

האַלבערשטאַמס קאַמפּאַניע איבערצײַגן די אינסטאַנצן, אַז די שיסערײַ איז געווען אַ טעראָריסטישער אַטאַק, איז נישט געווען קיין גרינגע. באַזס אַדוואָקאַט האָט געטענהט, אַז די שיסערײַ איז געווען דער רעזולטאַט פֿון אַ קריגערײַ, און דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון אַ יחיד, אָן קאָלאַבאָראַטאָרן.

אַרי האַלבערשטאַם איז געווען אַ פּאַסאַזשיר אין אַן אויטאָ, פֿול מיט ישיבֿה־בחורים, וועלכע זענען נאָכגעפֿאָרן דעם רבינס אויטאָ, בעת ער איז אַהיימגעפֿאָרן פֿון שפּיטאָל נאָך אויג־כירורגיע. פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט אין זײַן קאָנדאָלענץ־בריוו צו דער משפּחה צוגעזאָגט צו העלפֿן „לייזן די פּראָבלעם פֿון שׂינאה און פֿאַרברעכנס, וואָס האָבן גורם געווען דעם טויט פֿון אײַער זון‟.

האַלבערשטאַם האָט אָבער געוואָלט וויסן מער: ווער האָט אינספּירירט דעם מערדער דורכצופֿירן דעם אַטאַק? ווער האָט עס פּלאַנירט מיט אים? ווער האָט אים אויסבאַהאַלטן במשך פֿון די שעהען גלײַך נאָכן מאָרד?

פֿאַר פֿרוי האַלבערשטאַם, איז געווען קלאָר, אַז דער אַטאַק איז געווען אַ רעאַקציע אויף דער שחיטה אין חבֿרון מיט עטלעכע טעג פֿריִער, ווען 29 פּאַלעסטינער זענען דערשאָסן געוואָרן פֿון ברוך גאָלדשטיין, אַ ייִשובֿניק פֿונעם מערבֿ־ברעג. זי האָט געזאַמלט שטיץ־בריוו פֿון מעכטיקע פּאָליטיקער; האָט איבערגעצײַגט די שטאָט צו געבן דעם אָרט פֿונעם מאָרד אַ נאָמען נאָך איר זון, און געזאַמלט מיליאָנען דאָלאַרן צו בויען אַ ייִדישן קינדער־מוזיי אין קראַון־הײַטס, ברוקלין, לזכּרון אַבֿין. זי האָט אָנגעקלאָגט די פֿירמעס, וואָס האָבן פּראָדוצירט דאָס געווער, וואָס דער מערדער האָט געניצט קעגן איר זון — אַן אָנקלאָג וואָס זי האָט נישט געוווּנען. זי האָט געדריקט אויף די אינסטאַנצן דורכצופֿירן „אַריס געזעץ‟, וואָס פֿאָדערט אַ ליצענץ צו פֿאַרמאָגן געווער, און דערבײַ האָפֿט זי אײַנצוצאַמען דעם וואָפֿן־האַנדל צווישן די שטאַטן.

בשעת־מעשׂה האָט מען אָבער ווײַטער באַצייכנט איר זונס מאָרד ווי בלויז דער אַקט פֿון אַ יחיד.

נאָכן 11טן סעפּטעמבער, האָט זיך אַלץ געביטן. „די אַטאַקן האָבן ממשותדיק פֿאַרשטאַרקט איר פּאָזיציע,‟ האָט דערקלערט ריימאָנד קעלי, דער געוועזענער קאָמיסיאָנער פֿון דער ניו־יאָרקער פּאָליציי. אין 2009 האָט זי באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿאַר איר אַקטיוויזם פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער „עף־בי־אײַ‟, וועלכער האָט זי באַצייכנט ווי „אַ גרויסע הילף אין אונדזער קאַמף קעגן טעראָריזם‟.

„זי איז געוואָרן אַן עקספּערט אין טעראָריזם, און קען זיך גוט אויס אויף די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס ווי ׳כאַמאַס׳, ׳כעזבאָלאַ׳ און ׳אַל־קײַדאַ׳,‟ האָט דזשאָסעף דעמאַרעסט, געהילף־דירעקטאָר פֿונעם אינטערנעץ־אָפּטייל פֿון דער „עף־בי־אײַ‟, דערקלערט פֿאַר דער ייִט״אַ.

אין 2007 האָט באַז מודה געווען אַ זאַך, וואָס האַלבערשטאַם האָט שוין פֿון לאַנג געהאַט געטענהט — אַז זײַן ציל איז געווען דער ליובאַוויטשער רבי; און פֿאַראַיאָרן איז זײַן פּאַלעסטינער פֿעטער, וואָס האַלבערשטאַן האָט יאָרן לאַנג באַשולדיקט אין גיבן באַז דאָס געווער פֿאַרן אַטאַק, אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר זײַן באַטייליקונג אין אַ פּאַפּיראָסן־שמוגעלערײַ־רינג מיט טעראָריסטישע פֿאַרבינדונגען.

הײַנט אַרבעט האַלבערשטאַם נישט בלויז אינעם קאַמף קעגן טעראָריזם, אָבער זי אָרגאַניזירט אויך זיצונגען אין קראַון־הײַטס, כּדי אָפּצושוואַכן די שפּאַנונג צווישן שוואַרצע און ייִדן. זי זאַמלט ווײַטער געלט פֿאַרן ייִדישן קינדער־מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אַנטקעגן דער הויפּטקוואַרטיר פֿון די ליובאַוויטשער חסידים, אויף 770 איסטערן פּאַרקוויי. און זי פֿאַרברענגט אַ סך צײַט מיט אירע אייניקלעך, וואָס דרײַ פֿון זיי האָט מען אַ נאָמען געגעבן נאָך אַרי.

„איך האָב אַ חובֿ צו מײַן קינד,‟ האָט זי דערקלערט. „אַ מענטש האָט דאָך צוגענומען זײַן לעבן… אָבער נישט בלויז אַ מענטש, נאָר אַ גאַנצע סיסטעם.‟