אויף אַ גרויסן פּלאַקאַט אין מיטן תּל־אָבֿיבֿ שטייט אַ פֿרוי מיט אַ דערשלאָגענעם אויסדרוק אויפֿן פּנים, און אַן אונטערשריפֿט מיט גרויסע רויטע אותיות: „שטענדיק באַגלייט מיך דער טרויער און חרטה פֿון מײַן אַבאָרט.‟
דער פּלאַקאַט איז אַ רעקלאַמע פֿאַר אַן אַנטי־אַבאָרט אָרגאַניזאַציע, „אפֿרת‟, וואָס באַזאָרגט טראָגעדיקע פֿרויען מיט פֿינאַנציעלער שטיצע, כּדי זיי איבערצײַגן נישט צו טאָן דאָס.
„אפֿרת‟ האָט אָבער קיין מאָל נישט געפֿירט קיין דעמאָנסטראַציעס קעגן אַן אַבאָרטן־קליניק, אָדער געפּרוּווט צו באַגרענעצן די ליבעראַלע אַבאָרט־געזעצן. מיט אַ חודש צוריק האָט די אָרגאַניזאַציע אַפֿילו אויסגעדריקט שטיצע פֿאַרן פֿאָרלייג צו דערלויבן פֿרויען צו גיין אויף אַן אַבאָרט, אָן צו דאַרפֿן זיך שטעלן פֿאַר אַ שטאַט־קאָמיטעט, ווי דאָס געזעץ האָט ביז איצט געפֿאָדערט.
„אפֿרת‟ס פּרעזידענט, אלי שוסהײַם, זאָגט, אַז ער אַליין האַלט, אַז אַ פֿרוי האָט דאָס רעכט אַליין צו מאַכן אַזאַ באַשלוס — אַ שטעלונג, וואָס שטאַמט גיכער פֿון פּראַקטישע סיבות איידער פּרינציפּיעלע.
„אויב איך וועל זאָגן אַ פֿרוי, אַז זי האָט נישט קיין רעכט צו גיין אויף אַן אַבאָרט, וועט זי אַרויסגיין פֿון צימער,‟ האָט שוסהײַם געזאָגט דער ייִט״אַ. „איך האַלט נישט פֿון דורכפֿירן אַנטי־אַבאָרט געזעצן; בעסער איז צו געבן דער פֿרוי אַלע מעגלעכקייטן.‟
ישׂראל בושעוועט הײַנט מיט אַ ריי רעליגיעזע מחלוקתן, אָבער די אַבאָרט־געזעצן זענען דווקא צווישן די ליבעראַלסטע אויף דער וועלט. הגם אַ פֿרוי, וואָס וויל זיך מאַכן אַן אַבאָרט, מוז טאַקע איבערצײַגן דעם קאָמיטעט, אַז האָבן דאָס קינד וועט איר שאַטן אויף אַן עמאָציאָנעלן אָדער פֿיזישן אופֿן, אָדער אַז איר טראָגן איז אַ רעזולטאַט פֿון פֿאַרגוואַלדיקונג אָדער אינצעסט, דערלויבט דער קאָמיטעט דעם אַבאָרט בײַ 99% פֿון די פֿאַלן.
זינט ישׂראל האָט לעגאַליזירט אַבאָרטן אין 1977 — בלויז 4 יאָר נאָך דעם ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט עס געטאָן — האָט זיך נישט באַוויזן קיין ממשותדיקע באַוועגונג צו מאַכן אַבאָרטן אומלעגאַל, אַזוי ווי די קריסטלעכע אַנטי־אַבאָרט גרופּעס אין אַמעריקע. אין יאַנואַר האָט די כּנסת — וואָס אַ פֿערטל פֿון איר באַשטייט פֿון אָרטאָדאָקסישע פּאַרטייען — אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס דערלויבט פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער רעגירונג פֿאַר כּמעט אַלע אַבאָרטן. יעדעס יאָר פֿירט מען דורך בערך 40,000 אַבאָרטן אין ישׂראל.
טאַקע דערפֿאַר וויל „אפֿרת‟ גיכער פּרוּוון איבערצײַגן די פֿרויען נישט צו מאַכן קיין אַבאָרט, איידער צו קעמפֿן פֿאַר געזעצן קעגן דעם.
עליזה לוי, אַ כּנסת־דעפּוטאַטין, וואָס האָט פֿאָרגעלייגט אין גאַנצן אָפּצושאַפֿן די אַבאָרט־קאָמיטעטן, זאָגט, אַז די ישׂראלים פֿאַרשטייען, אַז ווען אַ פֿרוי באַשליסט צו מאַכן אַן אַבאָרט, טוט זי עס מיט אַ שווער געמיט.
„מענטשן דאָ פֿאַרשטייען, אַז מיר, ישׂראלים, האָבן שטאַרק ליב קינדער,‟ האָט לאַווי געזאָגט דער ייִט״אַ. „ווען אַ פֿרוי קומט צום אויספֿיר, אַז זי וויל איבעררײַסן איר טראָגן, האָט זי אַ גוטע סיבה דערפֿאַר.‟
לויטן דין, הייבט זיך דאָס לעבן נישט אָן פֿון דער פֿאַרשוואַנגערונג, און רבנים וועלן אַפֿילו פֿאָדערן אַן אַבאָרט, אויב דאָס לעבן פֿון דער מאַמען געפֿינט זיך אין אַ סכּנה. „אין דער קאַטוילישער קירך, ווערט אַן אַבאָרט באַטראַכט ווי אַ מאָרד אַפֿילו אין דער ערשטער סטאַדיע פֿון טראָגן, אָבער דער ייִדישער צוגאַנג צו דעם איז נישט אַזוי שוואַרץ־און־ווײַס,‟ האָט דערקלערט דער אָרטאָדאָקסישער רבֿ, בני לאַו.
די איינציקע צוויי ענינים, וואָס רופֿן יאָ אַרויס אַ חילוקי־דעות, זענען די טעכנישע פֿראַגעס: ווער האָט דאָס רעכט צו געבן עצות אַ פֿרוי, וואָס זוכט זיך צו מאַכן אַן אַבאָרט? וועלכע אַבאָרטן זאָלן ווערן פֿינאַנצירט דורך דער רעגירונג?
„אפֿרת‟, פֿון איר זײַט, פֿאָקוסירט זיך גיכער אויף אַרויסצוהעלפֿן די פֿרויען במשך פֿונעם טראָגן — סײַ עמאָציאָנעל, סײַ פֿינאַנציעל. טאַקע דערפֿאַר האָט זי מאָביליזירט אַ נאַציאָנאַלע נעץ פֿון 3,000 וואָלונטירן, וועלכע דינען ווי עצה־געבער פֿאַר די פֿרויען במשך פֿון זייער שוואַנגערשאַפֿט, און די אָרעמע פֿרויען באַזאָרגט מען אַפֿילו מיט אַ וויג און וועגעלע פֿאַרן קינד, ווי אויך ווינדעלעך און וויש־פּאַפּירלעך ביז דאָס קינד ווערט צוויי יאָר אַלט.
„מאַכן אַן אַבאָרט איז אַן ערנסטער באַשלוס,‟ זאָגט רות טידהר, די הויפּט־סאָציאַלע אַרבעטאָרין פֿטו „אפֿרת‟. „איך האַלט, אַז יעדע פֿרוי, וואָס גייט אויף אַן אַבאָרט, האָט געמישטע געפֿילן וועגן דעם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.