ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris

עמוס גיתאי
עמוס גיתאי

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published February 28, 2014, issue of March 28, 2014.

פֿילם־פֿעסטיוואַל פֿונעם רעזשיסאָר עמוס גיתאי

אין דער פֿראַנצייזישער סינעמאַטעק האָט זיך מיטוואָך אָנגעהויבן אַ גרויסער סעזאָן, געווידמעט דעם ישׂראלדיקן רעזשיסאָר עמוס גיתאי. גיתאי וווינט אין פֿראַנקרײַך ס’רובֿ פֿון דערצײַט; ער איז זייער באַקאַנט דאָ און ווערט אָפּגעשאַצט אי דורכן עולם, אי דורך די קריטיקערס. אין 2007 האָט ער איבערגעגעבן ווי אַ מתּנה דער סינעמאַטעק זײַנע אַרכיוון, וואָס אַנטהאַלטן אַ פּרטימדיקע דאָקומענטאַציע פֿון זײַן בערך 40־יאָריקער פֿילם־קאַריערע.

גיתאי איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל אין 1950. זײַן טאַטע איז געווען אַן אַרכיטעקט, און האָט געלערנט אין דער באַרימטער „באַוהאַוס־שול‟ אין ווײַמאַר, איידער די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט. גיתאי אַליין האָט אויך שטודירט אַרכיטעקטור און האָט אַפֿילו פֿאַרענדיקט אַ דאָקטאָראַט אין דעם געביט אין בערקלי.

אין דער יום־כּיפּור־מלחמה האָט ער געקעמפֿט ווי אַ רעזערוויסט, און איז על־פּי נס געבליבן לעבן, ווען דער העליקאָפּטער, וווּ ער האָט זיך געפֿונען איז אונטערגעשאָסן געוואָרן. גיתאי דערציילט, אַז צוליב דער טראַוומע פֿון דער מלחמה, האָט ער באַשלאָסן זיך צו פֿאַרנעמען אױף להבא נאָר מיט די זאַכן, וואָס זענען פֿאַר אים די וויכטיקסטע, און אַזוי אַרום איז ער געוואָרן אַ רעזשיסאָר. זײַן פֿילם „כּיפּור‟ פֿון יאָר 2000 איז באַזירט אויף זײַנע פּערזענלעכע איבערלעבענישן פֿונעם קריג.

גיתאי האָט פֿילמירט זייער אַ סך — וויפֿל פֿילמען גענוי, קען אַפֿילו ער נישט זאָגן. אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ראַדיאָ־סטאַנציע France Info האָט ער געזאָגט, אַז אויב מע ציילט אויך די גאָר קורצינקע פֿילמען, זענען דאָ מן־הסתּם אַרום 80 אין זײַן רעזומע. ס’רובֿ זײַנע ווערק זענען עקספּערימענטאַלע און מינימאַליסטישע דאָקומענטאַר־ און פֿיקציע־פֿילמען, וואָס האָבן צו טאָן מיט פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס, מיט אינעווייניקע און דרויסנדיקע קאָנפֿליקטן אין ישׂראל. ער איז שטאַרק אַרײַנגעטאָן אין די פֿראַגעס, און האָט אַלע מאָל זייער אַ קריטישן, לינקס־געשטימטן צוגאַנג.

אין יאָר 1979 האָט די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע בײַ אים באַשטעלט אַ פֿילם (דעמאָלט איז אין ישׂראל געווען נאָר איין טעלעוויזיע־סטאַנציע). דער פֿילם „בית‟ — „הויז‟ — איז אַ דאָקומענטאַר וועגן אַ הויז אין ירושלים און זײַנע פֿאַרשיידענע בעלי־בתּים: ייִדן און אַראַבער. די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע האָט, צום סוף, נישט געוואָלט ווײַזן דעם פֿילם, כאָטש מ‘האָט עס באַשטעלט, ווײַל ס’איז געווען צו קריטיש. גיתאי האָט דעמאָלט באַשלאָסן זיך אַריבערצוציִען קיין פּאַריז און איז דאָ געבליבן ס’רובֿ יאָרן זינט דעם.

הײַנט צו טאָג איז גיתאי איינער פֿון די באַקאַנטסטע ישׂראלדיקע רעזשיסאָרן אין אויסלאַנד. זײַנע פֿילמען ווערן כּסדר געוויזן אויף די באַקאַנטע אייראָפּעיִשע פֿילם־פֿעסטיוואַלן, און שפּעטער — אין אַ סך קינאָס. אין פֿראַנקרײַך האָט מען אין 2003 שוין געמאַכט אינעם „פּאָמפּידו־צענטער‟ אַ פֿעסטיוואַל מיט אַן ערך 60 פֿון זײַנע פֿילמען. נאָר אין ישׂראל גופֿא איז ער נישט אַזוי פּאָפּולער ווי אַנדערש וווּ; אי די קריטיקער זענען נישט ענטוזיאַסטיש, אי דער עולם לויפֿט נישט אין די קינאָס.

ערשטנס, האַלטן אַ סך ישׂראלים, אַז אַזוי ווי ער וווינט נישט קיין סך אין לאַנד, וואָלט ער נישט געדאַרפֿט אַזוי שטאַרק קריטיקירן די אָרטיקע רעאַליטעט, וואָס ער לעבט נישט איבער. אַנדערע האַלטן, אַז דאָס בילד, וואָס ער גיט איבער פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, איז צו פּשוט, און אַז ער ווײַזט נישט קיין ניואַנסן. און אפֿשר איז טאַקע די רעלאַטיוו אומקאָמפּליצירטע און אַ מאָל סכעמאַטישע שילדערונג, וואָס גיתאי ווײַזט פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, צום טייל, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר זײַן דערפֿאָלג אין אויסלאַנד.

דער סעזאָן אין דער פֿראַנצייזישער סינעמאַטעק נעמט אַרײַן, אַחוץ אַ פֿעסטיוואַל פֿון זײַנע פֿילמען, אויך די אויסשטעלונג Amos Gitaï, architecte de la mémoire — „עמוס גיתאי, דער אַרכיטעקט פֿון זכּרון‟, וואָס איז געמאַכט געוואָרן פֿון די אַרכיוון, וואָס ער האָט געגעבן דער סינעמאַטעק. אין דער גלײַכער צײַט ווערט אויך פּובליקירט אַ בוך אונטערן זעלביקן טיטל וועגן זײַנע ווערק, און זײַן נײַעם פֿילם Ana Arabia, „איך בין אַן אַראַבערין‟ — ווערט אויך פּראָיעקטירט.

מען קען אים אָפּשאַצן אָדער נישט, נאָר איין זאַך איז זיכער: גיתאי איז נישט קיין פּאַרעווער קינסטלער, און די טעמעס מיט וועלכע ער פֿאַרנעמט זיך, זענען וויכטיקע און צו מאָל דרינגענדיקע.


‏Crif### באַלוינט די געליטענע פֿון טעראָר־אַטאַקעס

די טולוזער סעקציע פֿון Crif, דער רעפּרעזענטאַטיווער ראָט פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך, האָט דאָנערשטיק אָפּגעהאַלטן איר יערלעכע פֿײַערלעכע מאָלצײַט. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען געגעבן אַ באַזונדערן פּרײַז לאַטיפֿאַ איבן זיאַטען (Latifa Ibn Ziaten), די מאַמע פֿון אימאַד איבן זיאַטען, וואָס איז געווען איינער פֿון די קרבנות פֿונעם טעראָריסט מוכאַמעד מעראַ אין 2012.

שוין צוויי חדשים נאָך זײַן טויט האָט לאַטיפֿאַ איבן זיאַטען געגרינדעט אַ געזעלשאַפֿט אויפֿן נאָמען פֿון איר זון, און פֿאַרנעמט זיך מיט איבערגעבן די יוגנטלעכע די בשׂורה פֿון שלום און צוזאַמענלעבן. איידער מע האָט איר געגעבן דעם פּרײַז, האָט פֿרוי איבן זיאַטען געזאָגט, אַז דער איסלאַם וואָלט נישט געדאַרפֿט זײַן קיין וואָפֿן, נאָר אַ רעליגיע פֿון טאָלעראַנץ, פֿון שלום און פֿון כּבֿוד. זי האָט אויך געזאָגט, אַז ס’איז וויכטיק מוחל צו זײַן און נישט צו טראָגן קיין שׂינאה אין האַרצן.

בײַ דער צערעמאָניע איז אויך בײַגעווען שמואל סאַנדלער, וואָס זײַן זון און צוויי אייניקלעך זענען אויך געווען צווישן מעראַס קרבנות. דער אינערן־מיניסטער, מאַנועל וואַלס, איז געקומען און געזאָגט, אַז מע דאַרף שטאַרק באַקעמפֿן דעם נײַעם אַנטיסעמיטיזם, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך הײַנט אויף דער אינטערנעץ.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.