די “קדימה” קולטור-צענטער און נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק האָט געמאָלדן, אַז זי וועט אַרויסגעבן אַ באַנד מיט 68 לידער פֿון דעם וואַרשעווער ייִדישן פּאָעט ישׂראל שטערן, צוזאַמען מיט דער פּאַריזער “מעדעם ביבליאָטעק”. דאָס בוך וועט אַרײַננעמען אַן עסיי וועגן דעם פּאָעט, אָנגעשריבן פֿון פּראָפֿ’ יצחק ניבאָרסקי, פּאַריזער אוניווערסיטעט. דער רעדאַקטאָר פֿונעם בוך איז ד”ר ענדרו פֿײַערסטאָן, מעלבורנער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט שטערנס ווערק זינט 2005.
אשר אָסטרין, דער הויפּט־עקזעקוטיוו פֿאַר אויסלענדישע ענינים בײַם אַמעריקאַנער “דזשוינט”, באַזוכט אויסטראַליע, כּדי צו פֿירן שמועסן מיטן אויסטראַלישן “דזשוינט”, און צוצוציִען אויסטראַלישע ייִדן צו דער אַרבעט פֿונעם “דזשוינט”, וואָס העלפֿט אַ זיבעציק טויזנט אַלטע ייִדן, וועלכע וווינען אין דער אוקראַיִנישער הויפּט-שטאָט קיִעוו. דער “דזשוינט” פֿירט אויך אָן מיט “הלל”-צענטערס פֿאַר יוגנט, ייִדישע דערציִונג־פּראָיעקטן און פּראָגראַמען צו דערציִען לאָקאַלע אָנפֿיִרערשאַפֿט פֿאַר ייִדישע קהילות אין אוקראַיִנע.
נתן שטשאַראַנסקי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם סכנות, וועט באַזוכן אויסטראַליע אין חודש מאַרץ. ער וועט באַזוכן מעלבורן און סידנעי, וווּ ער וועט רעדן אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון דער „ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע‟ און אויף קהלישע אונטערנעמונגען. שטשאַראַנסקיס איידעם האָט געמאַכט עליה פֿון אויסטראַליע צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן אין עלטער פֿון איין יאָר.
דער לאָקאַלער מעלבורנער זשורנאַליסט רפֿאל עפּשטיין האָט אַרויסטגעגעבן אַ נײַ בוך וועגן זײַן פֿרײַנד בען זיגיער, וואָס איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין אַ ישׂראלדיקער טורמע אין 2010. זיגיער האָט זיך פֿאַרשריבן אינעם “מוסד” נאָך זײַן עליה אין יאָר 2003. עפּשטיין שרײַבט, אַז זיגיער האָט זיך קיין מאָל נישט געטראָפֿן מיט קיין פֿאָרשטייר פֿון “כעזבאָלאַ”. ער האָט אָבער יאָ איבערגעגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן די ישׂראלדיקע אָפּעראַציעס אין איראַן צו אַן איראַנישן געשעפֿטסמאַן, מיט וועמען ער האָט שטודירט יורעספּרודענץ אין מעלבורן אין יאָר 2009. דער “מוסד” האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם און זיגיערן אַרעסטירט נאָך דעם, ווי ער האָט זיך אומגעקערט קיין מדינת־ישׂראל אין 2010. עפּשטיין שרײַבט אויך, אַז אַ מיטגליד פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג פֿונעם דעמאָלטיקן פּרעמיער קעווין ראָד האָט איבערגעגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן זיגיערן צו אַ צווייטן אויסטראַלישן זשורנאַליסט, כּדי צו באַשטראָפֿן דעם “מוסד” פֿאַר באַנוצן זיך מיט אויסטראַלישע פּעסער, בעת דעם “מוסדס” אָנפֿאַל אויף “כאַמאַס”-אָפּעראַטיוון אין דובײַ אין 2010. זיגיער האָט פֿריִער געהאַט געבעטן בײַ אויסטראַלישע פֿרײַנט, צי ער מעג באָרגן זייערע אויסטראַלישע פּעסער. עס איז נאָך נישט באַוווּסט פֿאַרוואָס די אויסטראַלישע רעגירונג האָט נישט אָנגענומען זיגיערס קריוודע נאָך זײַן אַרעסט.
דער מעלבורנער לייבאָר־מלוכה־מאַן, מײַקל דענבי, איז געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד מיט זײַן משפּחה, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד זײַן זיידע-באָבען. ביידע זײַנען זיי געווען דײַטשע ייִדן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אין אוישוויץ: דער זיידע אין 1942, און די באָבע —אין 1943. די משפּחה האָט געוווינט אין דער שטאָט ראָסטאָק. דרײַ דורות פֿון דער דענבי־משפּחה האָבן געלייגט אָנדענק־שטיינער אויף דער גאַס פֿאַרן מויער, וווּ די זיידע-באָבע האָבן געוווינט פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. דערנאָך זײַנען זיי אַוועק אויפֿן אָרטיקן ייִדישן בית-עולם, וווּ זיי האָבן געזאָגט קדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.