דער הײַנטיקער שטײַער־סעזאָן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט געבראַכט אומאָנגענעמע סורפּריזן פֿאַר די אַמעריקאַנער בירגער, וואָס וווינען אין ישׂראל אָדער האָבן קאָנטעס אין אַ ישׂראלדיקן באַנק. די אַמעריקאַנער שטײַער־אינסטאַנץ, „IRS‟, באַציט זיך אַלץ מער מיט חשד צו אַזעלכע מענטשן. אַ צאָל חשבון־פֿירמעס האָבן געוואָרנט, אַז כּמעט יעדער אַמעריקאַנער, וואָס וווינט אין ישׂראל מיט אַ קינד, זאָל זיך נישט חידושן, אויב זייער פֿינאַנציעלער מצבֿ וועט אַרויסרופֿן קשיות מצד דער דאָזיקער אינסטאַנץ.
פֿיליפּ שטיין, אַ חשבון־פֿירער, וועלכער אַרבעט אין ישׂראל, האָט איבערגעגעבן, אַז אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער זיך אָנגעטראָפֿן מיט מער אויספֿאָרשונגען פֿון „IRS‟, ווי במשך פֿון 30 יאָר פֿאַרן דאָזיקן פּעריאָד. דאָס שאַפֿט אַן אומבאַקוועמע אַטמאָספֿער פֿאַר די אָרנטלעכע שטײַער־צאָלער און זייערע משפּחות.
די אַמעריקאַנער פֿעדעראַלע רעגירונג איז אומצופֿרידן מיט די געהיימע געלט־אָפּעראַציעס אין אַנדערע לענדער. לעצטנס, האָט די שטײַער־אינסטאַנץ אַנטדעקט אַ ריי שווינדלערישע געלט־מאַכינאַציעס, וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט ישׂראלדיקע באַנק־קאָנטעס. דזאָ־ען אַדלערשטיין, אַ געוועזענער אַמעריקאַנער פּראָקוראָר־אַסיסטענטקע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך איצט אין ישׂראל מיט באַשטראָפֿן די פֿינאַנציעלע פֿאַרברעכנס, האַלט, אַז די דאָזיקע כוואַליע פֿון חשדים איז אומבאַרעכטיקט. זי האָט באַמערקט, אַז אומשולדיקע מענטשן ווערן איצט דיסקרימינירט צוליב דער צווייפֿלהאַפֿטיקער טעטיקייט פֿון געוויסע יחידים.
אינעם יאָר 2009, האָט „IRS‟ באַמערקט, אַז אַ טייל אַמעריקאַנער משפּחות אין ישׂראל — דער עיקר, ווי עס זעט אויס, חרדישע — האָבן געפּרוּווט צו באַקומען אַ יערלעכן שטײַער־קרעדיט אויף אַ סומע פֿון 1,000 דאָלאַר פֿאַר יעדן פֿון זייערע קינדער אויף אַ קרומען אופֿן, האָפֿנדיק, אַז זיי וועלן קאָנען, אַנשטאָט צו באַצאָלן די שטײַערן, באַקומען דאָס געלט פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג. פֿאַר אַן אָרעמער משפּחה מיט צען קינדער וואָלט עס געווען אַ נישקשהדיקע סומע געלט. אין אַ טייל אַנדערע פֿאַלן, זענען די קינדער נישט געווען אַמעריקאַנער בירגער און האָבן נישט געהאַט דאָס רעכט צו באַקומען דעם קרעדיט.
אַ צאָל שטײַער־פֿירמעס האָבן צוגעזאָגט די עלטערן צו קריגן דאָס געלט. „IRS‟ האָט אָבער באַמערקט, אַז אַלץ מער צווייפֿלהאַפֿטיקע בקשות קומען אָן פֿון ישׂראל, און האָבן אָנגעהויבן צו קוקן מיט אַ חשד אויף אַלע אַמעריקאַנער, וואָס וווינען אין ישׂראל מיט קינדער. איין משפּחה פֿון ירושלים האָט איבערגעגעבן דעם „Forward‟, אַז נאָך אַ לאַנגער אויספֿאָרשונג פֿון אַ דאָקומענטן, האָט די שטײַערן־אינסטאַנץ נישט באַמערקט קיין אומפּינקטלעכקייטן; די אַמעריקאַנער אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן דערצו געפֿאָדערט איבערצוזעצן אַלע פּאַפּירן אויף ענגליש דורך אַ פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצערישער פֿירמע.
שטיין האָט געטענהט, אַז „IRS‟ האָט זיך לעצטנס אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף אַ סך אַזעלכע אומשולדיקע משפּחות מיט אַ סך קינדער — בלויז צוליב דעם, וואָס זיי ווערן אַסאָציִיִרט מיט די דערמאָנטע מאַכינאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.