הײַיאָר לעבן מיר איבער, אינעם מיטל־אַטלאַנטישן ראַיאָן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַ ספּעציעל שווערן ווינטער. צום ווייניקסטן, האָבן אונדז שוין געטראָפֿן אַ טוץ זאַווערוכעס זינט נאָוועמבער.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז די עלעקטריע איבער מײַן ראַיאָן איבערגעריסן געוואָרן אויף אַ לענגערער צײַט, צוליב אָט אַזאַ שטורעם. אַ טייל פֿון די אָרטיקע סינאַגאָגעס האָבן אַפֿילו געקלערט צו אַנולירן זייער שבתדיק דאַווענען. צום גליק, האָט מײַן שיל געקאָנט העלפֿן עטלעכע פֿון יענע עדות, האָבן מיר זיי פֿאָרגעלייגט צו דאַווענען אין אונדזער בנין.
איך שרײַב דאָס נישט, כּדי צו לויבן אונדזער שיל פֿאַר איר איבערגעגעבנקייט צו הכנסות־אורחים און כּלל־ישׂראל. הגם דאָס זענען טאַקע וויכטיקע פּרינציפּן, איז מײַן ציל צו באַשרײַבן די שטימונג, וואָס ס׳האָט זיך געשאַפֿן אין אונדזער שיל, ווען מיר האָבן אויסגעברייטערט דאָס „געצעלט‟, אַפֿילו אויב ס׳איז בלויז געווען אויף איין שבת.
דאָס צונויפֿברענגען עדות פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע ייִדישע שטראָמען און טראַדיציעס אונטער איין דאַך, האָט נישט בלויז אַרײַנגעבראַכט אין אונדזער בנין מער מענטשן ווי געוויינטלעך, אָבער אויך צוגעגעבן אַ נײַע ענערגיע און דינאַמישן כּוח. אין כּמעט יעדן צימער פֿון דער סינאָגאַגע האָט מען גענאָסן פֿון פֿאַרשידענע אופֿנים פֿון תּפֿילה־זאָגן, לערנען תּורה און שאַפֿערישע פּראָגראַמען. פֿאַרשידענע גרופּעס האָבן גלײַכצײַטיק אַרומגערעדט די סדרה פֿון דער וואָך. אין איין צימער איז פֿאָרגעקומען אַ סעסיע פֿון „תּורה־יאָגאַ‟ און אין אַ צווייטן — אַ מנין פֿון באַוועגונג און מוזיק. מ׳האָט אויך געזען אַ טראַדיציאָנעל שבתדיק דאַווענען; קינדער־פּראָגראַמען, און אַ ספּעציעל דאַווענען לכּבֿוד די מיטגלידער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער יוגנט־גרופּע USY און זומער־לאַגער „קעמפּ רמה‟.
צום סוף, זענען זיך צונויפֿגעקומען אַלע עדות צו זינגען „אַדון עולם‟ און געניסן פֿון אַ קאָמונאַלער מאָלצײַט.
אַוודאי, האָט מען געדאַרפֿט מאַכן געוויסע פּשרות. אויס דרך־ארץ פֿאַר די מער טראַדיציאָנעלע מתפּללים, זענען די עדות, וואָס שפּילן געוויינטלעך מוזיקאַלישע אינסטרומענטן שבת, זיך דאָס מאָל באַגאַנגען אָן די גיטאַרן.
ווען די פֿאַרשידנאַרטיקע ייִדישע רעליגיעזע שטראָמען פֿאַרזאַמלען זיך אויפֿן זעלבן אָרט, דערמאָנט עס אונדז, אַז הגם אונדזערע פּרעפֿערענצן זענען נישט די זעלבע, זענען מיר פֿאָרט ברידער און שוועסטער.
אין זײַן בוך Tomorrow‘s Synagogue Today (די צוקונפֿטיקע שיל איז שוין דאָ הײַנט), טענהט ראַבינער חיים הערינג, אַז אַזאַ צוזאַמענאַרבעט איז הײַנט נייטיק, אויב אַ שיל וויל פֿאַרזיכערן איר צוקונפֿט. ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדן, בפֿרט די יונגע, פֿאַרבינדן זיך טאָג־טעגלעך דורך דער אינטערנעץ, זוכנדיק וויסן און עצות פֿון פֿאַרשידענע קוואַלן, אָן דער הדרכה פֿון אַ רבֿ אָדער אינסטיטוציע. אונדזער תּקופֿה באַזאָרגן אונדז מיט אָן אַ שיעור ברירות און אַ גרינגן צוטריט צו פֿאַרשידענע איבערלעבונגען, וואָס שטימען מיט אונדזער באַזונדערער פּרעפֿערענץ. טאַקע דערפֿאַר האָבן אַ סך פֿון אונדז אָנגעהויבן באַטראַכטן די ייִדישע אינסטיטוציעס ווי „צו באַגרענעצט‟.
אַוודאי, זענען דאָ מעלות בײַם שטעלן געוויסע גרענעצן: ס׳העלפֿט, למשל, יעדע עדה אָנהאַלטן איר אייגענע אידענטיטעט. אָבער פֿון צײַט צו צײַט נייטיקן מיר זיך אַלע אין עפּעס, וואָס אונדזער געוויינטלעכע סינאַגאָגע קאָן נישט צושטעלן. ווען עס געפֿינען זיך אַ סך ברירות אויפֿן זעלבן אָרט, פֿאַרזיכערט עס, אַז מער מענטשן וועלן זײַן צופֿרידן.
פֿון מײַן זײַט, וואָלט נאָך אַ זאַווערוכע גאָר נישט געווען אַזוי שלעכט, אויב עס וועט ווידער צונויפֿברענגען אַזאַ פֿאַרשידנאַרטיקן ציבור. פֿון דער אַנדערער זײַט, אפֿשר זאָלן מיר נישט וואַרטן אויף נאָך אַ שניי־שטורעם, און זיך ווידער צונויפֿקומען, סתּם אַזוי.
מײַקל קנאָפּף איז דער געהילף־רבֿ אינעם „הר־ציון טעמפּל‟ אין פּען־וואַלי, פּענסילווייניע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.