די לעצטע וואָך איז אַ לובאַוויטשער חסיד באַפֿאַלן געוואָרן אין אַ באַן הינטער פּאַריז. א. לוי איז 28 יאָר אַלט. ער איז געפֿאָרן קיין פּאַריז, ווען פֿיר מענער פֿון צפֿון־אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם, האָבן גענומען שרײַען „יאַהוד, יאַהוד‟, וואָס מיינט „ייִד‟ אויף אַראַביש, און דערנאָך אים געשלאָגן און געוואָרגן. זיי האָבן אויף אים געשריִען: „ביסט אַ ייִד! אַזעלכער ווי דו, וועלן מיך פֿאַרטיליקן, האָסט נישט קיין אייגן לאַנד!‟ זיי האָבן נאָר אויפֿגעהערט, ווען אַ פּאַסאַזשיר האָט הויך געזאָגט, אַז מע האָט אָנגעקלונגען דער פּאָליציי, און אַז זיי קומען שוין. ה’ לוי איז גלײַך געגאַנגען אין פּאָליציי אָנצוקלאָגן די מענער, נאָר דערווײַל האָט מען זיי נאָך נישט געכאַפּט.
דער SPCJ, דער שוץ־דינסט פֿון דער ייִדישער קהילה, האָט זונטיק פּובליקירט זייער יערלעכן באַריכט. אין 2013 זענען אין פֿראַנקרײַך פֿאָרגעקומען 423 אַנטיסעמיטישע אַטאַקן פֿון פֿאַרשיידענע מינים, דאָס איז מיט 31 פּראָצענט ווינציקער ווי מיט אַ יאָר צוריק, אָבער מיט 8 פּראָצענט מער ווי אין 2011.
אין חורבן־צענטער אין פּאַריז גייט אָן זינט נאָוועמבער 2013 זייער אַ גרויסע אויסשטעלונג: Regards Sur Les Ghettos „אַ בליק אויף די געטאָס‟. די אויסשטעלונג ווײַזט כּמעט 500 זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון לעבן אין די געטאָס פֿון מיזרח־פּוילן, אויף די טעריטאָריעס וואָס דער דריטער רײַך האָט אַנעקסירט אין 1939. די דײַטשן האָבן דאָרטן זייער גיך צונויפֿגעטריבן אַלע ייִדן אין מער ווי 400 ענגע און איבערבאַפֿעלקערטע געטאָס. דאָס איז געווען דער ערשטער שטאַפּל אינעם שרעקלעכן פֿעלקערמאָרד פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
כאָטש די דײַטשן האָבן געוואָלט האַלטן בסוד זייער פּלאַן צו דערמאָרדן אַלע ייִדן, האָט מען אין די געטאָס אָן אַ שיִער פֿאָטאָגראַפֿירט. בסך־הכּל האָבן די דײַטשן און די ייִדן פֿאָטאָגראַפֿירט צווישן 15,000 און 20,000 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס געפֿינען זיך הײַנט צו טאָג טיילווײַז אין די ביבליאָטעקן, מעמאָריאַלן און מוזייען, בײַ פֿאָרשערס און פּריוואַטע מענטשן. די אויסשטעלונג פּרוּווט ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע: וואָס זענען די־אָ פֿאָטאָגראַפֿיעס און וואָס רעפּרעזענטירן זיי? אַלץ ווענדט זיך אַוודאי פֿונעם בליק און די כּוונות פֿון די פֿאָטאָגראַפֿן און מענטשן, וואָס קוקן אויף זיי. אַ מאָל קען דאָס זעלביקע בילד, לויט די באַדינגונגען, ווערן אַן עדות, אַ פּראָפּאַגאַנדע־בילד, אָדער גאָר אַ מין פּראָטעסט.
ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן, ווי מענדל גראָסמאַן, הענריק ראָס און דזשאָרדזש קדיש האָבן ריזיקירט מיטן לעבן, כּדי צו לאָזן אַן עדות די קומענדיקע דורות. דײַטשע פֿאָטאָגראַפֿן, ווי מאַקס קירנבערגער, ווילי געאָרג און הײַנריך יעסט, האָבן געוואָלט פֿאָטאָגראַפֿירן מיאוסע בילדער פֿון ייִדן פֿאַר די דײַטשע צײַטשריפֿטן, כּדי צו אילוסטרירן די נאַצישע פּראָפּאַגאַנדע. אַחוץ דעם, האָבן אויך אַ סך פּשוטע סאָלדאַטן פֿאָטאָגראַפֿירט שרעקלעכע קאַדרען־„סוּווענירן‟ פֿאַר זיך אַליין אָדער זיי צו ווײַזן.
עטלעכע פֿון די פֿאָטאָגאַפֿיעס זענען קאָלירטע — אַ זעלטנקייט, וואָס לאָזט אונדז, דאַכט זיך, נאָך מער אַרײַנדרינגען אין די אימאַזשן.
אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף דער טעמע באַגלייט די אויסשטעלונג. אַ רעפֿעראַט און אַ פֿילם וועגן לאָדזשער געטאָ און די פֿאָטאָגראַפֿן פֿון „יודנראַט‟ האָט מען שוין געקענט הערן און זען אין יאַנואַר.
די וואָך זענען דאָ צוויי רונדע טישן, זונטיק דעם 9טן מאַרץ, וועגן זוכן און פֿאָרשן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דײַטשע סאָלדאַטן אין די געטאָס. הײַנט צו טאָג זוכן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿאָרשערס און, להבֿדיל, מענטשן, וואָס „בענקען‟ נאָכן 3טן רײַך. די אַנטראָפּאָלאַגין קאַראָל לעמי, דער היסטאָריקער געאָרגי שעפּעלעוו און די מעדיאַ־עקספּערטן ראָלף זאַקסע און עלריך לוץ וועלן רעדן וועגן דעם, וואָס מע קען זיך דערוויסן דורך די דאָקומענטן.
אַ צווייטער רונדער טיש וועט זײַן וועגן דער נאַצישער פּראָפּאַגאַנדע, און ווי זי האָט זיך געניצט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, כּדי איבערצוגעבן אירע אידעען פֿאַרבונדן מיט די ראַסן.
פֿונעם 2טן ביזן 30סטן מאַרץ ווײַזט מען אין ניס דעם 7טן פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקע פֿילמען. דער פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר יעדן סוף־וואָך אינעם קינאָ פּאַטע מאַסענאַ, און נעמט אַרײַן אי לאַנגע, אי קורצע פֿילמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.