ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published March 10, 2014, issue of March 28, 2014.

אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אוניווערסיטעטן

דער ליבעראַלער פֿעדעראַלער מיניסטער פֿאַר דערציִונג, קריסטאָפֿער פּײַן, האָט גערופֿן אַלע אויסטראַלישע אוניווערסיטעטן צו באַקעמפֿן דעם ראַסיזם אויף זייערע קאַמפּוסן, אין ליכט פֿון דרײַ אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אויף די קאַמפּוסן אין קענבערע, סידנעי און אַדעלייד במשך פֿון דער פֿאָריקער וואָך.

ער האָט באַטאָנט, אַז דאָס רעכט צו רעדן פֿרײַ נעמט נישט אַרײַן קיין דראָונגען, צוואַנג אָדער פֿיזישע אָנפֿאַלן. דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום האָט באַצייכנט די אינצידענטן ווי “אַ שאַנדע”. די גרופּע “סאָציאַליסטישע אַלטערנאַטיוו” ווערט באַשולדיקט אינעם שפּילן אַ פֿירנדיקע ראָלע אין די אָנפֿאַלן, נאָר אירע פֿאָרשטייער לייקענען עס אָפּ. די אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע סטודענטן אין אויסטראַליע און די אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע רופֿן אַלע, וועלכע ווייסן וועגן אַנטיסעמיטישע אינצידענטן זיי איבערצוגעבן אַלע פּרטים.

פּאָליציי באַפֿרײַט דעם רבֿ, באַשולדיקט אין סעקסועלע מיסברויכן

די מעלבורנער פּאָליציי האָט באַפֿרײַט הרבֿ אַבֿרהם גליק, וואָס איז געווען באַשולדיקט אין האָבן באַגאַנגען סעקסועלע מיסברויכן קעגן אַ תּלמיד פֿונעם ישיבֿה־קאָלעדזש, בעת די 1970ער יאָרן. ער איז געווען דער געהילף בײַם פֿאַרוואַלטער פֿון דער טאָגשול ביז דעצעמבער, 2013. די פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונג האָט געדויערט דרײַ חדשים און איז געשלאָסן געוואָרן. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם ישיבֿה־קאָלעדזש האָט געזאָגט די עלטערן און משפּחות פֿון זײַנע תּלמידים, אַז די פּאָליציי האָט אים געמאָלדן, אַז דער רבֿ, וואָס געפֿינט זיך איצט אין אויסלאַנד, וועט נישט אָנגעקלאָגט ווערן אין געריכט. הרבֿ גליקס אַדוואָקאַט האָט געטענהט, אַז די אָריגינעלע באַשולדיקונג האָט נישט געדאַרפֿט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן.

דער “בני־ברית” טאַדלט די אימיגראַציע-פּאָליטיק

די “בני־ברית”־אָרגאַניזאַציע אין אויסטראַליע און נײַ-זילאַנד האָט געשיקט אַ בריוו צו דער אויסטראַלישער רעגירונג אין וועלכן זי האָט אויסגעדריקט איר קעגנערשאַפֿט צו דער פֿאַרהאַלטונג פֿון אימיגראַנטן אָן פּאַפּירן, און ווי אַזוי זיי ווערן באַהאַנדלט. זי האָט ספּעציעל אויסגעדריקט איר זאָרג וועגן דער לאַגע פֿון אַזעלכע מענטשן אויפֿן אינדזל מאַנוס, וואָס איז נישט אין אויסטראַליע. זי האָט זיך באַקלאָגט אויפֿן באַשלוס פֿון דער רעגירונג אַרויסצושיקן אַזעלכע אימיגראַנטן אין אַנדערע לענדער, זאָגנדיק, אַז אַזאַ פּאָליטיק נעמט נישט אין באַטראַכט די לײַדן פֿון די אימיגראַנטן. די מערהײט פֿון די אימיגראַנטן זײַנען אָנערקענט ווי פּליטים לויט די תּקנות פֿון די פֿאַראייניקטע-פֿעלקער.

“לימוד אָז 2014” — אַ “פֿאָרום פֿאַר פֿאַרשידנאַרטיקע מיינונגען אין דער ייִדישער קהילה”

“לימוד אָז 2014”, וואָס וועט פֿאָרקומען אין מעלבורן אין חודש יוני, האָט געמאָלדן אויף זײַן וועבזײַט, אַז די אונטערנעמונג וועט זײַן אַ “פֿאָרום פֿאַר פֿאַרשידנאַרטיקע מיינונגען, וועלכע עקזיסטירן אין דער ייִדישער קהילה”. דער פֿאַראַיאָריקער “לימוד אָז”, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין סידנעי, האָט פֿאַרבעטן אַ ייִדישן אונטערשטיצער פֿונעם אַנוי-ישׂראלדיקן בויקאָט. 12 אויסלענדישע רעדנערס וועלן אָנטייל נעמען אינעם הײַ-יאָריקן “לימוד אָז”.

אַ גאַסט פֿון אַמעריקע וועט העלפֿן דעם ייִדישן הילפֿס-פֿאָנד

ריטשאַרד בערנשטיין
ריטשאַרד בערנשטיין

דער אַמעריקאַנער אַדוואָקאַט ריטשאַרד בערנשטיין באַזוכט “מכּבי־וויקטאָריע” און דעם ייִדישן הילפֿס-פֿאָנד פֿון וויקטאָריע, כּדי צו העלפֿן אײַנצופֿירן גלײַכע מעגלעכקייטן פֿאַר ייִדן מיט פֿיזישע שטרויכלונגען. בערנשטיין איז אַ בלינדער זינט ער איז געבוירן געוואָרן מיט פֿערציק יאָר צוריק. ער וועט העלפֿן די “מכּבי” ספּאָרט-קלובן און דעם הילפֿס-פֿאָנד צו פֿאַרשטיין די באַדערפֿענישן פֿון ייִדן מיט פֿיזישע שטרויכלונגען און צו באַשטימען, ווי אַזוי די אָרגאַניזאַציעס קענען בעסער באַדינען דעם עלעמענט פֿון דער קהילה.

דער ייִדישער קהילה-ראַט פֿון וויקטאָריע ווערט געלויבט

אַ ספּעציאַליסט, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די באַדערפֿענישן פֿון קינדער און ווי אַזוי זיי צו באַשיצן פֿון מיסברויכן, האָט געלויבט די אַרבעט פֿונעם ייִדישן קהילה-ראַט פֿון וויקטאָריע אויף דעם געביט, זאָגנדיק, אַז אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס מעגן זיך לערנען בײַ אים ווי אַזוי צו דערציִען געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס און ספּאָרט-קלובן, כּדי צו באַשיצן קינדער פֿון די, וועלכע ווילן באַגיין מיסברויכן קעגן זיי.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.