אינעם יאָר 2009, האָט מײַן מאַן, אַ ים־אָפֿיצער פֿונעם אַמעריקאַנער פֿלאָט, געדינט אין איראַק במשך פֿון 12 חדשים. מײַנע קינדער זענען דעמאָלט געווען 4 און 6 יאָר אַלט. ווען איך בין געווויר געוואָרן, אַז זיי וועלן בלײַבן אַ יאָר אָן דעם טאַטן, זענען מיר אַוועקגעפֿאָרן פֿון אונדזער מיליטערישער באַזע, וואָס געפֿינט זיך אינעם שטאַט וואַשינגטאָן, צוריק קיין וואַשינגטאָן — די שטאָט, וווּ מיר האָבן אַן אייגן הויז און וווּ עס וווינען אונדזערע קרובֿים. איך בין נישט געווען דאָרטן יאָר־לאַנג און מײַנע קינדער האָבן קיינעם דאָרטן נישט געקענט.
דער אָרטיקער צווײַג פֿון „קריסטלעכער אַסאָציאַציע פֿאַר יונגע לײַט‟ (YMCA) האָט פֿאָרגעלייגט אַן אומזיסטע מיטגלידשאַפֿט פֿאַר די משפּחות פֿון מאָביליזירטע מיליטער־לײַט. אַנשטאָט דעם, האָב איך אָבער געוואָלט זיך באַטייליקן אין אונדזער אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, וואָס רופֿט בײַ מיר אַרויס אַ סך גליקלעכע קינדער־דערמאָנונגען. כ׳האָב געהאָפֿט, אַז מײַנע קינדער וועלן אויך הנאָה האָבן פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה.
איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיטן צענטער און דערציילט זיי וועגן דעם פֿאָרשלאָג פֿון דער ענלעכער נאַציאָנאַלער קריסטלעכער אָרגאַניזאַציע. די באַאַמטע פֿונעם ייִדישן קהילה־צענטער האָבן מיר געענטפֿערט, אַז זיי האָבן נישט אַזאַ פּראָגראַם און זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אַ הנחה. איך האָב נישט געוווּסט, צי מיר וועלן מוזן בלײַבן אין דער שטאָט לענגער ווי אַ יאָר, דערפֿאַר האָב איך נישט געוואָלט באַצאָלן דעם טײַערן יערלעכן מיטגלידשאַפֿט־פּרײַז. צוליב דער זעלבער סיבה, האָבן מיר זיך אויך נישט באַטייליקט אין אַ שיל.
די באַאַמטע אינעם צענטער זענען נישט געווען אומפֿרײַנדלעך. עס זעט אָבער אויס, אַז זייער אָרגאַניזאַציע אינטערעסירט זיך ווייניק מיט די באַדערפֿענישן פֿון די ייִדישע מיליטערישע משפּחות, וועלכע זענען בלויז צײַטווײַליקע תּושבֿים פֿון דער שטאָט. די ייִדישע קהילה־אָרגאַניזאַציעס פֿאָקוסירן זיך אויף די סטאַבילע מיטגלידער פֿון דער קהילה, און נישט אויף אַזעלכע אײַנוואַנדערער, ווי מיר.
לויט חשבון פֿונעם „ראַט פֿאַר מיליטערישע רבנים‟, דינען הײַנט אין די אַמעריקאַנער באַוואָפֿנטע כּוחות בערך 10,000 ייִדן. ס׳איז אַ קליינע, אָבער אַ מערקווירדיקע צאָל. איך מיין, אַז די אַסאָציאַציע פֿון די ייִדישע קהילה־צענטער דאַרף פֿאָרלייגן אַ ספּעציעלע אַלגעמיינע מיטגלידשאַפֿט־פּראָגראַם, כּדי צו העלפֿן די מיליטערישע משפּחות, ווי אויך די וועטעראַנען פֿון די מלחמות אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן. די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס און שילן זאָלן זיך אויך פֿאַרבינדן מיט די אָרטיקע מיליטערישע באַזעס און דורכפֿירן דאָרטן אומזיסטע תּפֿילות, אַרײַנגערעכנט די ימים־נוראָים. די „הלל‟־קלובן זאָלן זיך באַזונדערס אַקטיוו פֿאָקוסירן אויף די ייִדישע סאָלדאַטן, ווײַל ס׳רובֿ אַקטיווע מיליטער־לײַט זענען ייִנגער פֿון 26 יאָר.
בלויז אין 8 פֿון 350 קהילה־צענטערס אינעם גאַנצן לאַנד זענען פֿאַראַן ספּעציעלע פּראָגראַמען פֿאַר די ייִדישע סאָלדאַטן. דערפֿאַר זענען מיר געגאַנגען אין דער דערמאָנטער קריסטלעכער אַסאָציאַציע, וואָס לייגט פֿאָר שווים־לימודים פֿאַר קינדער און אַנדערע אינטערעסאַנטע אונטערנעמונגען. אַ סך ייִדן ווערן נתפּעל, ווען זיי הערן וועגן די ייִדישע מיליטער־לײַט, אָדער האָבן ליב צו דערציילן, אַז זייערע זיידעס אָדער עלטערפֿעטערס זענען געווען מלחמה־וועטעראַנען. די קהילה־אָרגאַניזאַציעס פֿאַרשטייען אָבער נישט, צום באַדויערן, די ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן פֿון די סאָלדאַטישע משפּחות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.