אינעם יאָר 1940, ווען דער דריטער רײַך האָט אָקופּירט פֿראַנקרײַך, האָט זיך די פֿראַנצויזישע מוזיקאַלישע סצענע פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָנטראָווערסאַל געמיש פֿון קאַמף קעגן די נאַציס און קאָלאָבאָראַציע מיט זיי. נישט לאַנג צוריק, איז אין פֿראַנקרײַך אַרויס אַ נײַ בוך, אונטער דער רעדאַקציע פֿון מרים שימען און יאַניק סימאָן, וואָס הייסט „די מוזיק אין פּאַריז בעת דער אָקופּאַציע‟, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי אַזוי די באַרימטע מוזיקאַנטן האָבן זיך דעמאָלט אויפֿגעפֿירט.
ס׳איז באַוווּסט, אַז דער פֿראַנצויזיש־שווייצאַרישער פּיאַניסט אַלפֿרעד קאָרטאָ איז געווען אַ נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָר. דאָס נײַע בוך ווײַזט, אַז ער איז געווען אַפֿילו ערגער, ווי מע האָט פֿריִער געטראַכט. אַ צאָל אַנדערע מוזיקאַנטן, וועלכע ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי העלדישע קעמפֿער קעגן די נאַציס, זענען נישט געווען אַזעלכע צדיקים. פֿון דער צווייטער זײַט, ווערן אינעם בוך געבראַכט עטלעכע מוסטערן פֿון מוזיקאַנטן, וואָס האָבן דווקא נישט מיטגעאַרבעט מיט די אָקופּאַנטן, הגם פֿריִער האָט מען זיי באַשולדיקט אין קאָלאַבאָראַציע.
אינעם יאָר 2002, האָט דזשעפֿרי מעלמאַן פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם זשורנאַל „סאַלמאַגונדי‟ אַן אַרטיקל מיט האַרבע קשיאות וועגן דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם באַרימטן דיריגענט שאַרל מיונש, טענהנדיק, אַז ער האָט אָנגעפֿירט מיט קאָנצערטן אין פּאַריז בעת דער נאַצי־אָקופּאַציע. דאָס נײַע בוך ווײַזט, אַז מיונש האָט, אַדרבה, אַקטיוו געקעמפֿט קעגן די נאַציס און קיינמאָל נישט קאָלאַבאָרירט מיט זיי.
להיפּוך, איז דער קאָמפּאָזיטאָר אָליוויע מעסיאַן געווען אַן אַנטיסעמיט און אַ קאַריעריסט, וועלכער האָט אויסגענוצט די נאַצי־רדיפֿות אויף די ייִדן, כּדי צו פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון אַנדרע בלאָך אין דער פּאַריזער קאָנסערוואַטאָריע. הגם זײַן „קוואַרטעט פֿאַרן קץ־הימים‟ ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַן אַנטי־פֿאַשיסטיש ווערק, האָט מעסיאַן, למעשׂה, באַדאַנקט די נאַציס פֿאַרן דערלויבן אים צו שפּילן מוזיק, ווען ער איז געזעסן אין אַ דײַטשישן תּפֿיסה־לאַגער.
אַ טייל אַנדערע פֿאָרש־מאַטעריאַלן אינעם בוך באַשטעטיקט די באַקאַנטע פֿאַקטן. למשל, אַלפֿרעד קאָרטאָ איז געווען אַ באַוווּסטער קאָלאַבאָראַטאָר, וועלכער האָט געדינט בעת דער נאַצי־אָקופּאַציע ווי דער הויפּט־קאָמיסאַר פֿאַר די קונסט־ענינים בײַם אַנטיסעמיטישן „נאַציאָנאַלן ראַט‟, זײַענדיק אַליין אַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט זײַן מוזיק פּאָפּולער אין דער וועלט. מיט עטלעכע יאָר צוריק איז אין אַמעריקע אַרויס אַ זאַמלונג פֿון קאָרטאָס ווערק, רעדאַגירט און צונויפֿגעשטעלט דורך מוריי פּרחיה, אַ ספֿרדישע ייִדישע ליבהאָבערין פֿונעם דאָזיקן פּיאַניסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.