די וואָך איז אין מאָסקווע געווען מער־ווייניק שטיל — אָן דעמאָנסטראַציעס און גרויסע פּאָליטישע סקאַנדאַלן. אין רוסלאַנד האָט מען געהאַט אַ מין קליינע וואַקאַציע, צוליב דעם 8טן מערץ, דעם פֿרויען־טאָג, וואָס ווערט דאָ געפּראַוועט ווי אַ גרויסע חגא: מענער באַגריסן פֿרויען און שענקען זיי בלומען און מתּנות.
אָבער די פּאָליטישע דעבאַטן זעצן זיך פֿאָרט. די רוסישע מלוכה ניצט אויס אינעם קאָנפֿליקט מיט אוקראַיִנע די ייִדישע פֿראַגע. ס’איז שוין ניט קיין סוד, אַז אין קרים זענען דאָ רוסישע מיליטער־טיילן, און מע האָט איבערגעטראָגן אויף פֿריִער דעם טערמין פֿונעם רעפֿערענדום: ער וועט פֿאָרקומען דעם 16 מערץ, וואָס וועט דאַרפֿן באַשטימען, צי קרים וועט ווערן אַ טייל פֿון רוסלאַנד, צי ניט. דערווײַל איז דאָס רובֿ באַפֿעלקערונג אין קרים געשטימט פּראָ־רוסיש, ווײַל קרים איז אַ רוסיש־שפּראַכיקע געגנט, און רוסלאַנד איז רײַכער ווי אוקראַיִנע; די פּענסיעס און כּלערליי סאָציאַלע בעניפֿיטן זענען אין רוסלאַנד אַ סך העכער ווי אין אוקראַיִנע, און קרים לעבט פֿון מלוכישע שטיצעס.
דער הויפּט־אַרגומענט אין דער רעטאָריק פֿון דער רוסישער מלוכה איז, אַז מע טאָר ניט אָנערקענען די נײַע אוקראַיִנישע מאַכט, ווײַל זי באַשטייט פֿון נאַציסטן און אַנטיסעמיטן. אַ געוויסער אמת איז אין דעם אַפּנים פֿאַראַן: די נײַע מאַכט האָט טאַקע געניצט נאַציאָנאַליסטישע רעטאָריק און האָט גערופֿן צו רעווידירן די אָפֿיציעלע ווערסיע פֿון דער געשיכטע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַחוץ דעם, איז רוסלאַנד איצט צווישן די לענדער מיט אַ נידעריקן אויסדרוק פֿון אַנטיסעמיטיזם. אָבער דאָס איז נאָך ניט דער גאַנצער אמת.
קיין פּאָגראָמען, גאָט צו דאַנקען, זענען אין אוקראיִנע בײַ דער נײַער מאַכט ניט אויסגעבראַכן, און קיין אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק פֿירט זי אויך ניט דורך. די קרימער רבנים, פֿון סימפֿעראָפּאָל און סעוואַסטאָפּאָל, זײַנען אַרויסגעטראָטן קעגן דער רוסלענדישער אָקופּאַציע. אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אַרבעטן מיט מיטן „מײַדאַן‟, אַ ריי אוקראַיִנישע ייִדן האָבן זיך געווענדט צו פּוטינען מיט אַן אָפֿענעם בריוו, וווּ זיי האָבן אויסגעדריקט זייער שטיצע צום „מײַדאַן‟, און געבעטן, אַז די רוסישע מלוכה זאָל ניט שטערן דער סטאַבילקייט אין אוקראַיִנע.
אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע האָט מען זונטיק דורכגעפֿירט אַן עקסקורסיע מיטן נאָמען „אָדעסאַ־מאַמאַ, באַרדיטשעוו־טאַטע — ייִדן אין אוקראַיִנע‟. און אין דער גרויסער שיל אין מאַרינאַ ראָשטשאַ, וווּ נעמט זיך צונויף דאָס קרײַזל „קלוב פֿון ליבהאָבער פֿון ייִדישער געשיכטע‟, איז פֿאָרגעקומען דעם אַ זיצונג, געווידמעטע דעם אַנטיסעמיטיזם אין רוסלאַנד און אייראָפּע. דער פֿאָרזיצער פֿונעם קלוב, היסטאָריקער אַלכּסנדר לאָקשין, האָט גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿונעם אייראָפּעיִשן און רוסישן אַנטיסעמיטיזם, און בכלל וועגן דעם אַנטיסעמיטיזם הײַנט.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט זיך אַנומלט געעפֿנט די אויסשטעלונג „ענדי וואָרהאָל — 10 באַרימטע ייִדן פֿונעם 20סטן י”ה‟, מיט וואָרהאָלס פּאָרטרעטן. די אויסשטעלונג דערציילט סײַ וועגן וואָרהאָל און סײַ פֿון די דאָזיקע ייִדישע העלדן, וואָס ער האָט געצייכנט. דער מוזיי אָראַניזירט אויך לעקציעס און שמועסן וועגן די פּערזענלעכקייטן וואָס זענען אויף די פּאָרטרעטן.
די וואָך זענען פֿאָרגעקומען צוויי אַזעלכע לעקציעס. זונטיק האָט דער דירעקטאָר פֿונעם פֿאָרשונג־צענטער פֿונעם מוזיי אורי הערשאָוויטש דערציילט וועגן מאַרטין בובער, באַרימטער ייִדישער פֿילאָסאָף און דענקער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. די טעמע פֿון הערשאָוויטשס לעקציע ווערט פֿאָרמולירט אַזוי: „ווי בובער האָט געוואָלט שלום מאַכן צווישן יהדות און קריסטנטום‟. דער לעקטאָר האָט גערעדט וועגן בובערס פּאָזיציע לגבי רעליגיע בכלל און דעם דיאַלאָג צווישן די צוויי רעליגיעס בפֿרט.
דינסטיק האָט דער קונסט־פֿאָרשער אַנדריי וועליקאַנאָוו געגעבן אַ לעקציע „וואָרהאָלן איז ניט אַראָפּגעוואָרפֿן. קונסט, קירך, פֿאַבריק‟. דער נאָמען פֿון דער לעקציע איז אַ פּאַראַפֿראַז פֿון מאַלעוויטשס אַ טעקסט, וואָס קלינגט אַזוי: „גאָט איז ניט אַראָפּגעוואָרפֿן. קונסט, קירך, פֿאַבריק‟ — וואָס איז געווען געווידמעט דער אייביקער קונס־פּראָבלעם: וועמען מוז זי דינען און צי קען זי זײִַן פֿרײַ פֿון רעליגיע און מלוכה. וועליקאַנאָוו האָט גערעדט וועגן דעם, ווי אויף די דאָזיקע פֿראַגעס וואָלטן געהאַט געענטפֿערט „אַוואַנגאַרד‟ און „פּאָסטמאָדערן‟, וואָס געמיינט אין דעם קאָנטעקסט דעם אונטערשייד צווישן מאַלעוויטשן און וואָרהאָלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.