אַסטאָר פּיאַצאָלאַ, אפֿשר די גרעסטע אַרגענטינער פֿיגור אין דער װעלט פֿון טאַנגאָ, איז געשטאָרבן דעם 11טן מאַרץ 1992. ער איז געװען אַ מײַסטער פֿון באַנדאָנעאָן, אַ דײַטשע װערסיע פֿון דער האַרמאָשקע, װאָס איז געװאָרן, און קיינער װייסט ניט פֿאַר װאָס, אַ סינאָנים פֿון טאַנגאָ. אַ מאָדערנער קאָמפּאָזיטאָר, װאָס האָט באַנײַט און פֿאַקטיש געשאַפֿן דעם מאָדערנעם טאַנגאָ.
מיט אַ שטרענגער אַקאַדעמישער מוזיקאַלישער אויסבילדונג, װערן הײַנט צו טאָג פּיאַצאָלאַס שאַפֿונגען געשפּילט אין פּראָגראַמען פֿון קלאַסישער מוזיק איבער דער גאַנצער װעלט. פֿאַר זײַן טויט האָט אים אינטערװיויִרט דער זשורנאַליסט נאַטאַליאָ גאָרין, אַ ליבהאָבער פֿון טאַנגאָ, פֿון ייִדישער מוזיק; ער האָט זיך אויך געלערנט ייִדיש אינעם אָרטיקן ייִװאָ. װען נאַטאַליאָ האָט אים געפֿרעגט, פֿון װאַנען האָט ער גענומען דעם װוּנדערלעכן ריטעם, מיט װעלכן ער האָט באַנײַט דעם טאַנגאָ, האָט ער פּשוט געזאָגט: „װען מײַן טאַטע, דער אימיגראַנט פֿון איטאַליע, איז געקומען קײן אַרגענטינע, האָט ער ניט געהאַט קײן פּרנסה, האָט ער גענומען זײַן משפּחה און געפֿאָרן קײן אַמעריקע, װוּ ער איז געװאָרן אַ שערער אין ניו־יאָרק. איך בין דעמאָלט געװען אַ קליין קינד און מיר האָבן געװוינט צװישן ייִדן אין ברוקלין. דאָרטן האָב איך זיך באַקענט מיט דער קלעזמער־מוזיק, װאָס קלינגט מיר נאָך אין די אויערן. איך האָב געפּרוּװט זי אַרײַנצונעמען אין מײַן מוזיק.‟
אַזוי האָט קלעזמער־מוזיק געשפּילט אַ ראָלע אין דער אויספֿורעמונג פֿון איינעם פֿון די גרעסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט.
דער פֿאָרזיצער פֿון דער „װאַלענבערג־פֿונדאַציע‟ האָט זיך לעצטנס געטראָפֿן מיט ראָבערט מאָרגענטאַו, גענעראַל־פּראָקוראָר פֿון ניו־יאָרק פֿון 1975 ביז 2009. ער האָט באַדאַנקט אין זײַן נאָמען די משפּחה מאָרגענטאַו, װאָס האָט געשפּילט אַ דעצידירנדיקע ראָלע אין דער פֿאַרטיידיקונג פֿון פֿאַרפֿאָלגטע מינדערהייטן — אַרמענער, ייִדן און ציגײַנער, בעת די אַדמיניסטראַציעס פֿון פֿראַנקלין ד. רוזװעלט און טעאָדאָר רוזװעלט אין דער צװייטער װעלט־מלחמה. עורנעקיאַן איז אַ דערפֿאָלגרײַכער אַרגענטינער אימפּרעסאַר פֿון אַרמענישן אָפּשטאַם.
דער דאָקומענטאַרער פֿילם פֿון פּעדראָ באַנטשיק „פֿון בעסאַראַביע ביז ענטרע ריאָס‟, װעגן דער געשיכטע פֿון אַ ייִדישער משפּחה, װאָס באַזעצט זיך אין די קאָלאָניעס פֿון באַראָן הירש, האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג אין אַרגענטינע און אויף פֿילם־פֿעסטיװאַלן איבער דער װעלט. איצט קען מען פֿרײַ זען דעם פֿילם אויף דער אינטערנעץ. דער פֿילם מיט ענגלישע אונטערטיטלען איז אַ װיכטיקער דאָקומענט פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע.
די „דאַיאַ‟ האָט שאַרף רעאַגירט קעגן דעם בירגערמײַסטער פֿון װיסענטע לאָפּעס, אַ בײַשטאָט פֿון בוענאָס־אײַרעס. זײַן קולטור־סעקרעטאַר האָט אָרגאַניזירט אַ ציקל לעקציעס, װאָס האָט זיך באַדאַרפֿט אָנהייבן אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פֿרוי אַד״ט „פּראָמינענטע פֿרויען‟. איינע פֿון די פֿרויען איז געװען עװאַ בראַון, היטלערס געליבטע. נאָך די רעאַקציעס װאָס די פּרעסע האָט אָפּגעשפּיגלט, איז דער ציקל אָפּגעשאַפֿן געװאָרן.
דער ייִדישער אַקטיאָרן־פֿאַראיין האָט געהאַט אַן אייגענעם בנין, װאָס די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אָפּגעראַטעװעט. זי האָט דאָרט אויפֿגעשטעלט אַ קליינע אוידיטאָריע, װוּ מען פֿירט אויף ספּעקטאַקלען, מען שפּילט טעאַטער אויף דער אַרגענטינער ייִדישער טעמאַטיק; ס‘איז פֿאַקטיש געװאָרן אַ צענטער פֿאַר אַמאַטאָרן און פּובליקום, ליבהאָבער פֿון ייִדישער קולטור. אינעס גרימלאַנד האָט לכּבֿוד דער פֿרוי געשפּילט איר ספּעקטאַקל „מישפּט צו אַ פֿרוי אין די 50ער‟, װוּ זי האָט מיט הומאָר באַהאַנדלט ליבע, סעקס, הומאָר, חבֿרשאַפֿט, אַרבעט, קינדער און אייניקלעך, און װאָס קען אַ פֿרוי אויפֿטאָן נאָך די 50ער. דאָס זײַנען געװען פֿרויערישע מעשׁיות װאָס אויך מענער האָבן גענאָסן. זי איז אַרומגעפֿאָרן מיט איר ספּעקטאַקל, און געשפּילט אין לאַטײַן־אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראַל.
פֿאָרשטייערס פֿון דער קהילה און „וועד החינוך‟ האָבן דערעפֿנט דאָס שול־יאָר אין פֿאַרשיידענע ייִדישע שולן פֿון לאַנד. דערװײַל האָט מען ניט קיין סטאַטיסטיק, אָבער מען שאַצט, אַז די צאָל תּלמידים אין די ייִדישע שולן איז ניט פֿאַרקלענערט געװאָרן, נישט געקוקט אויפֿן שװערן עקאָנאָמישן קריזיס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.