די ניו־יאָרקער, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָבן שוין לאַנג געטענהט, אַז אין זייער נײַער היים איז אוממעגלעך צו געפֿינען אַ גוטן בייגל. ביז איצט, האָט מען אָבער נישט געוווּסט, ווי שטאַרק ס׳איז געווען זייער בענקעניש. עטלעכע הונדערט „היפּסטערס‟ זענען נישט לאַנג צוריק אָפּגעשטאַנען אין אַ ריי אונטערן רעגן, האָפֿנדיק צו פֿאַרזוכן אַ בייגל, אָפּגעבאַקן מיט אַ טאָג פֿריִער אין מאַנהעטן.
די דאָזיקע סצענע איז פֿאָרגעקומען דעם 8טן פֿעברואַר אינעם באַר „Dear Mom‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם סאַן־פֿראַנציסקער „מישען־דיסריקט‟, ווען מע האָט דאָרטן, צום ערשטן מאָל, דורכגעפֿירט אַ בייגל־אויספֿאַרקויף. דעם 15טן מאַרץ, וועט אַזאַ אונטערנעמונג פֿאָרקומען צום צווייטן מאָל, אָרגאַניזירט דורכן בשותּפֿותדיקן געשעפֿט פֿון אַ מאַרקעטינג־קאָנסולטאַנטקע סאָניאַ הײַנס און דעם שעף־קעכער וועס ראָוו.
הײַנס איז נישט אַן עכטע ניו־יאָרקער, אָבער זי האָט דאָרטן געוווינט עטלעכע יאָר. ווען זי האָט זיך אומגעקערט קיין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָט זי נישט געקאָנט געפֿינען אין איר שטאָט די באַליבטע ניו־יאָרקער בייגל. דערפֿאַר האָט זי צוגעטראַכט אַ פּלאַן: צו שאַפֿן אַ ספּעציעל חודשלעך פּאָסט־דינסט, וואָס זאָל דערמעגלעכן די סאַן־פֿראַנציסקער תּושבֿים צו באַשטעלן אַ קאַסטן בייגל פֿון ניו־יאָרק, און צו באַקומען זיי דעם צווייטן טאָג, געליפֿערט מיט אַ בײַנאַכטיקן טראַנסקאָנטינענטאַלן עראָפּלאַן, וואָס שטעלט זיך אָפּ אין ביידע אַמעריקאַנער שטעט.
הײַנס האָט זיך משער געווען, אַז אַ סך מענטשן אין סאַן־פֿראַנציסקאָ וועלן מיט פֿאַרגעניגן קויפֿן די ניו־יאָרקער בייגל, אויב אַפֿילו זיי זענען אָפּגעבאַקן געוואָרן מיט אַ טאָג פֿריִער. ראָוו, אַ געניטער סאַן־פֿראַנציסטער קולינאַר, האָט פֿאָרגעלייגט דורכצופֿירן אַ ספּעציעלן פֿאַרקויף אין זײַן באַר, כּדי צו באַקענען דעם עולם מיט איר געשעפֿט.
די ידיעה האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט אין דער אָרטיקער פּרעסע, און דער געדאַנק האָט אויסגענומען. ראָוו האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז לכתּחילה האָבן זיי פּלאַנירט צו פֿאַרקויפֿן 80 בייגל. ווען זיי האָבן באַמערקט, אַז דאָס וועבזײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟, וווּ מע האָט רעקלאַמירט דעם פּראָיעקט, האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַ סך מער מענטשן, האָבן זיי באַשטעלט 120. כּדי צו קאָמפּענסירן דעם טעם פֿון די נעכטיקע בייגל, האָט ראָוו אויסגעאַרבעט אַ ספּעציעלן מעניו. די קונים האָבן געקאָנט קויפֿן די אָנגעוואַרעמטע בייגל, באַשמירט מיט פֿאַרשיידענע מינים מילכיקן קרעם, אָדער סענוויטשעס מיט לאַקס, סאַלאַמי אָדער אייער אינעווייניק; מע האָט אויך פֿאָרגעלייגט אַ שטרענג־וועגעטאַרישן וואַריאַנט מיט גרינסן.
הײַנס און ראָוו האָבן זיך נישט געריכט, אַז אויף דער גאַס וועט זיך אויסשטעלן אַ ריי פֿון אַ האַלב טויזנט מענטשן. אַפֿילו די, וואָס האָבן זוכה געווען צו קויפֿן אַ בייגל, האָבן געמוזט וואַרטן אַ לאַנגע צײַט, ווײַל די אָרגאַניזאַטאָרן זענען נישט געווען גרייט צו באַדינען אַזאַ גרויסן עולם.
זענען די אָרטיקע סאַן־פֿראַנציסקער בייגל טאַקע אַזוי שלעכט, אין פֿאַרגלײַך מיט די ניו־יאָרקער? איווען בלום, דער בעל־הבית פֿון אַן אָרטיקער ייִדישער קראָם פֿון דעליקאַטעסן, האָט געמאָלדן, אַז יאָ. „ווען עס וואָלטן געווען גוטע בייגל אין דער שטאָט, וואָלט מען זיי פֿאַרקויפֿט‟.
די פּרעסע האָט זיך נעגאַטיוו אָפּגערופֿן וועגן דער לאַנגער ריי און דעם פּאַמעלעכן סערוויס בעת דעם פֿאַרקויף. דאָס האָט באַליידיקט הײַנס. זי האָט געזאָגט דעם Forward, אַז זי האָט נישט פּלאַנירט צו עפֿענען אַ גרויס גוט אָרגאַניזירט געשעפֿט, נאָר געטאָן עס אויף טשיקאַוועס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.