„ראָולינג סטאָונס‟ קומט קיין תּל־אָבֿיבֿ

Rolling Stones Coming to Tel Aviv


פֿון האָרץ

Published March 18, 2014, issue of April 11, 2014.

דעם קומענדיקן יוני, נאָך אַן אייראָפּעיִשן טור, וועט די לעגענדאַרע בריטישע ראָק־גרופּע „ראָולונג סטאָונס‟ אויפֿטרעטן אין ישׂראל צום ערשטן מאָל, און באַקומען דערפֿאַר 6.7 מיליאָן דאָלאַר.

דער אימפּרעסאַר פֿונעם קאָנצערט, שוקי ווײַס, האָט גלײַך געוווּנען בײַ זײַנע קאָנקורענטן, נאָכן פֿאָרלייגן, אַז ער וועט אינוועסטירן די ריזיקע סומע, האָט איבערגעגעבן דער קאַנאַל 2.

נישט געקוקט אויף דער צאָל בילעטן, וואָס וועלן פֿאַרקויפֿט ווערן, וועלן די „סטאָונס‟ סײַ־ווי פֿאַרדינען 6.7 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר דעם איינציקן קאָנצערט אין „הירקון־פּאַרק‟, תּל־אָבֿיבֿ. די גרופּע וועט אויך באַקומען ריזיקע סומעס פֿון געוויסע אויפֿטריטן אין אייראָפּע, ווי, למשל, 5 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר אַ קאָנצערט אויף אַ סטאַדיאָן אין פֿראַנקרײַך.

ווײַס האַלט, אַז ער וועט קאָנען פֿאַרקויפֿן בערך 70,000 בילעטן, וואָס קאָסטן צווישן 450 שקל ($130) און 1,500 שקל ($180), ווי אויך טײַערערע בילעטן, וואָס קאָסטן בערך 430$.

געוויסע אינדוסטריע־קוואַלן האָבן געגעבן אָנצוהערן, אַז אַ גרויסע פֿירמע האָט בדעה צו העלפֿן פֿינאַנצירן די פּראָדוקציע — אַ באַנק, מאָבילקע־קאָמפּאַניע אָדער אַ געטראַנק־פֿירמע, און דאָס וועט דערמעגלעכן ווײַס צו פֿאַרקויפֿן די ביליקערע בילעטן.

ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ מעגלעכע פּראָבלעם. מיט אַ וואָך פֿריִער, דאַרף פֿאָרקומען אַ קאָנצערט מיטן סופּער־שטערן דזשאָסטין טימבערלייק. לויט אַ לעגאַלן אָפּמאַך מיט די מוניציפּאַליטעטן פֿון תּל־אָבֿיבֿ און רמת־גן, מוז מען וואַרטן 17 טעג צווישן איין קאָנצערט און אַ צווייטן. דעם אָפּמאַך האָט מען אונטערגעשריבן נאָך דעם ווי די אײַנוווינער האָבן זיך באַקלאָגט אויף דעם טומל און געפֿאָר־פּראָבלעמען וואָס באַגלייטן די סטאַדיאָן־קאָנצערטן. צוליב דעם וואָס ס׳איז פֿאַראַן בלויז אַ וואָך צווישן דעם טימבערלייק־קאָנצערט און דעם סטאָונס־קאָנצערט, וועט עס אפֿשר שאַפֿן שוועריקייטן.

איין קוואַל האָט אָבער געזאָגט דעם קאַנאַל 2, אַז אויב ווײַס וועט קענען איבערצײַגן דעם בירגער־מײַסטער רן הולדאַי, אַז דער קאָנצערט וועט פֿאַרבעסערן דעם אימאַזש פֿון תּל־אָבֿיבֿ, וועט מען דעם קאָנצערט יאָ דערלויבן.