דעם 19טן מאַרץ, אינעם יאָר 1944, האָט זיך אָנגעהויבן די דײַטשישע אָקופּאַציע פֿון בודאַפּעשט. הײַנט מערקט מען אָפּ דעם 70סטן יאָרטאָג פֿונעם דאָזיקן טראַגישן געשעעניש.
אינעם יאָר 2006, האָב איך, צוזאַמען מיט מײַן מאַן, באַזוכט בודאַפּעשט, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט מײַנע ווײַטע קרובֿים, עוואַ און אַליסאַ אײַזמאַן. אין יוני 1944 האָבן זיי באַקומען דעם סטאַטוס פֿון „אויסנעמלעכע ייִדן‟, צוליב וועלכן זיי זענען ניצול געוואָרן, לעבנדיק אין אונגערן אונטער דער שוועדישער פּראָטעקציע. בעת אונדזער וויזיט אין דער שטאָט, האָבן מיר באַזוכט דאָס הויז נומער 12 אויף דער גאַס ראַקאָסי, וווּ זיי האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן.
אינעם יאָר 1999, האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט עוואַ. דעמאָלט איז זי געווען אַ 81־יאָריקע אַלמנה און געוווינט אין תּל־אָבֿיבֿ. קיין קינדער האָט זי נישט געהאַט. נאָך אַ טעלעפֿאָן־שמועס, האָבן מיר, איך און מײַן מאַן, זיך געלאָזט קיין ישׂראל, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט מײַנע קרובֿים. צוזאַמען מיט איר שוועסטער, אַליסאַ, האָט עוואַ אונדז דערציילט די לאַנגע מעשׂה וועגן דעם, ווי אַזוי זייער טאַטע, יהודה, האָט געראַטעוועט זײַן פֿרוי, שׂרה און פֿינף קינדער פֿון די „נאַציסטישע חיות‟.
אין דעצעמבער 1938, האָבן יהודה און שׂרה אײַזמאַן באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזוכן שטאָקהאָלם מיט זייערע ייִנגערע קינדער. די 20־יאָריקער עוואַ און 19־יאָריקע אַליסאַ האָבן זיך אויך געקליבן צו פֿאָרן, אָבער צוליב די נײַע אַנטיסעמיטישע געזעצן האָבן זיי נישט געקאָנט פֿאַרלאָזן בודאַפּעשט.
אין מײַ 1944, זענען כּמעט אַ האַלב מיליאָן אונגערישע ייִדן פֿאַרשיקן געוואָרן אין די טויט־לאַגערן. די שוועסטער האָבן אין יענער צײַט געהאַלטן אין איין אַנטלויפֿן פֿון איין מקום־מיקלט צו אַ צווייטן. עוואַס בלאָנדע האָר האָבן איר געהאָלפֿן אויסצובאַהאַלטן איר ייִדישן אָפּשטאַם. במשך פֿון עטלעכע יאָר, האָט זי אָנטיילגענומען אין דער אויפֿשטאַנד־באַוועגונג קעגן די נאַציס. זי האָט געגנבֿעט און געפֿעלשט דאָקומענטן, וואָס אַ דאַנק זיי האָבן אַ סך אונגערישע ייִדן איבערגעלעבט די מלחמה. שפּעטער, האָט זי מיטגעאַרבעט מיט ראַול וואַלענבערג — דער שוועדישער דיפּלאָמאַט, וועלכער האָט געראַטעוועט טויזנטער ייִדן.
אין יוני 1944, איז יהודה געווויר געוואָרן, אַז זײַנע טעכטער וווינען אין בודאַפּעשט מיט איינער אַ שוועדישער פֿרוי, עלען, און האָט איר אָנגעקלונגען פֿון שוועדן, כּדי צו כאַפּן אַ שמועס מיט די קינדער. מיט 10 מינוט שפּעטער, האָט דער טעלעפֿאָן ווידער געקלינגען. עלען האָט געטראַכט, אַז דער טאַטע האָט געוואָלט נאָך עפּעס זאָגן די מיידלעך. למעשׂה, האָט געענטפֿערט אַן אָפֿיציר פֿון „געסטאַפּאָ‟, וועלכער האָט, ווײַזט אויס, אונטערגעהערט דעם פֿריִערדיקן שמועס.
די מיידלעך האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרבינדן זיך מיט זייער טאַטן אין שטאָקהאָלם און דערציילט, אַז די נאַציס האָבן זיי געפֿונען. צום גליק, האָט יהודה גוט געקענט אַ זשורנאַליסט, וועלכער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם שוועדישן קיניג, גוסטאַוו דער פֿינפֿטער. דעם זעלבן טאָג, האָט דער קיניג מסכּים געווען זיך צו טרעפֿן מיטן ייִדישן פּליט; אויסגעהערט די בקשה מיט סימפּאַטיע, האָט ער באַפֿוילן צו געבן די שוועדישע בירגערשאַפֿט אַלע זײַנע טעכטער. עוואַ און אַליסאַ זענען אַנטלאָפֿן צום שוועדישן דיפּלאָמאַט פּער אַנגער, וועלכער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט „געסטאַפּאָ‟ און געפֿאָדערט צו לאָזן די בירגער פֿון זײַן לאַנד צו רו.
די דאַנקבאַרע מיידלעך האָבן זיך אַריבערגעקליבן אינעם דערמאָנטן הויז נומער 12 אויף דער ראַקאָסי־גאַס, וווּ זיי האָבן געהאָלפֿן זיך צו ראַטעווען אַ פּאָר צענדליק היימלאָזע ייִדן. אין אַ בשכנותדיקן בנין פֿונעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, האָבן די שוועסטער געהאָלפֿן די ייִדישע קינדער ביז דעצעמבער 1944, ווען די נאַציס האָבן פֿאַרשלאָסן דעם בודאַפּעשטער געטאָ.
שפּעטער, זענען זיי שיִער נישט אומגעקומען בעת די לופֿט־באָמבאַרדירונגען פֿון דער שטאָט. אַן אַוויאַ־באָמבע האָט צעשטערט די אייבערשטע שטאָקן פֿונעם בנין. איינמאָל, האָט אַ נאַצי־סאָלדאַט זיך אַרײַנגעריסן אינעם הויז און דערשאָסן אַ טייל פֿון די תּושבֿים. נאָך אַ ריי אַנדערע שוידערלעכע מעשׂים, האָט די שוועסטער זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון בודאַפּעשט אין מאַרץ 1945; אַ סאָוועטישער סאָלדאַט, וועלכער איז, דאַכט זיך, אַליין געווען אַ ייִד, האָט זיי געהאָלפֿן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
נאָך דער מלחמה, האָבן עוואַ און אַליסאַ געוווינט, צוערשט, אין שטאָקהאָלם, דערנאָך — אין ניו־יאָרק און תּל־אָבֿיבֿ. אַליסאַ איז ניפֿטר געוואָרן אין 2006, און עוואַ — אין 2010, בײַ 92 יאָר.
נישט לאַנג צוריק, האָט סוזען גאָרדאָן, די מחברטע פֿונעם דאָיזיקן אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט איר בוך „הונדערט קושן‟ (Hundred Kisses) — אַ מעמואַר, וווּ די פּערזענלעכע משפּחה־זכרונות ווערן קאָמבינירט מיט חורבן־געשיכטעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.