זונטיק, דעם פֿאַרגאַנגענעם פּורים, זענען ווייניק מענטשן געווען בשׂימחה אין דער ברוקלינער שיל „בית־אלוקים‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם קוואַרטאַל פּאַרק־סלאָופּ. בערך 100 קרובֿים פֿון די זקנים, וואָס וווינען נישט ווײַט פֿון דער שיל אין אַ מושבֿ־זקנים, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט פּורים נאָכמיטאָג, כּדי צו טרעפֿן זיך מיט אַדוואָקאַטן און אָרטיקע רעגירונג־פֿאָרשטייער. נישט לאַנג צוריק, האָט דער בעל־הבית פֿונעם מושבֿ־זקנים — „פּראָספּעקט פּאַרק רעזידענס‟, מיט 139 בעטן — געמאָלדן, אַז ער וועט פֿאַרמאַכן דעם בנין אין 90 טעג.
רות וויליק, אַ 90־יאָריקע אײַנוווינערין פֿונעם מושבֿ־זקנים, האָט צוגעזאָגט צו אָרגאַניזירן אַ דעמאָנסטראַציע און „אַרויסברענגען אין דרויסן אַלע אונדזערע רעדער־שטולן און מענטשן‟, כּדי צו באַקעמפֿן דעם פּלאַן אַרויסצוּוואַרפֿן די עטלעכע תּושבֿים, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען דעם בנין אין אַ דירות־הויז. די יוריסטן און ברעד לענדער, אַ מיטגליד פֿונעם שטאָטישן ראַט, האָבן אָבער באַמערקט, אַז עס וואָלט געווען שווער אָפּצושטעלן דעם אייגנטימער, וועלכער האָט דאָס רעכט איבערצובויען זײַן בנין.
פֿונדעסטוועגן, האָבן צוויי אַדוואָקאַטן צוגעגעבן, אַז, נישט געקוקט אויף דער קורצער דרײַ־חדשימדיקער וואָרענונג, וועלן די תּושבֿים קאָנען בלײַבן אינעם הויז, צום ווייניקסטן, נאָך אַ האַלב יאָר אָדער נאָך לענגער. במשך פֿונעם דאָזיקן פּעריאָד, וועלן די משפּחות קאָנען געפֿינען אַן אַנדער אָרט פֿאַר די עלטערע לײַט און ברענגען זיי אַהין אויף אַ באַקוועמען אופֿן.
אַ סך קרובֿים האָבן געטענהט, אַז די בעלי־הבתּים האָבן באַהאַנדלט די תּושבֿים פֿונעם הויז גראָב און אוממענטשלעך, בשעתן וואָרענען זיי וועגן דעם פּלאַן. דזשויס זינגער האָט דערציילט, אַז ווען מע האָט געזאָגט איר 89־יאָריקע מאַמע, עליס, אַז זי וועט באַלד מוזן פֿאַרלאָזן דעם מושבֿ־זקנים, וווּ זי וווינט שוין פֿיר יאָר, האָט מען איר סאַרקאַסטיש באַמערקט, אַז „אַזאַ מעשׂה טרעפֿט זיך, ווען דו לעבסט צו לאַנג‟. די משפּחות און תּושבֿים, אויפֿגעבראַכט פֿון אַזעלכע גראָבע קאָמענטאַרן, פּלאַנירן אָנצוהייבן אַ געריכט־קאַמפּאַניע און אַ מעגלעכן גאַסן־פּראָטעסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.