לאַנגע יאָרן האָבן זיך די ייִדישע היסטאָריקער אָפּגעגעבן מיט דער געשיכטע פֿונעם כּלל־ישׂראל. מען האָט געמאָלט אַ פּאָרטרעט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק װי אַ קאָלעקטיװן אָרגאַניזם, װוּ יעדער גליד האָט זײַן אײגענע פֿונקציע. סײַ ציוניסטן, סײַ גלות־נאַציאָנאַליסטן האָבן געזוכט היסטאָרישע יסודות פֿאַרן נאַציאָנאַלן אַחדות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט־צו־טאָג איז די היסטאָרישע װיסנשאַפֿט געקומען צו אַ מסקנא, אַז אַזאַ מין צוגאַנג לאָזט אַרױס פֿונעם אױג דעם יחיד, מיט זײַנע פּריװאַטע טאָג־טעגלעכע דאגות און שׂימחות. עס האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַער װיסנשאַפֿטלעכער צװײַג, די געשיכטע פֿון טאָג־טעגלעכקײט.
אַזאַ מין היסטאָרישער קוק נײטיקט זיך אין גאָר אַן אַנדערן מין מקורים: פּריװאַטע בריװ, זכרונות, יורידישע דאָקומענטן פֿון שטאָטישע און פּראָװינציעלע אַרכיװן, װאָס פֿאַרפֿיקסירן מאָמענטן פֿונעם מענטשלעכן לעבן און פּרטים פֿון לעבנסשטײגער. פֿונעם גאַנצן ריזיקן שלל דאָקומענטן דאַרף מען דערנאָך אָפּקלײַבן די סאַמע בולטע, אינטערעסאַנטע, לעבעדיקע און כאַראַקטערישע פֿאַקטן, װאָס שאַפֿן אַ פֿילזײַטיק און קאָלירפֿול בילד פֿונעם אַמאָליקן לעבן. פֿון אַזעלכע פֿראַגמענטן באַשטײט די נײַע אַנטאָלאָגיע „דאָס טאָג־טעגלעכע ייִדישע לעבן אין אימפּערישן רוסלאַנד‟, װאָס איז צונױפֿגעשטעלט געװאָרן דורך די פּראָפֿעסאָרן שעראַן פֿריז און דזשײ כאַריס.
אין אונטערשיד צו אַנדערע אַנטאָלאָגיעס, װאָס באַטאָנען נאַציאָנאַלע, פּאָליטישע אָדער גײַסטלעכע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן כּלל־לעבן, דערצײלט דאָס דאָזיקע בוך װעגן דעם ייִדישן יחיד. אינעם פֿאָקוס שטײט דאָ „משׂא־ומתן צװישן דעם יחיד און דער האַרטער װירקלעכקײט פֿון טאָג־טעגלעכקײט‟, װי עס דערקלערן די מחברים. צוליב דעם באַנוצן זײ מקורים, װאָס זײַנען לרובֿ ניט באַקאַנט דעם ברײטערן עולם, פֿון רבנישע שאלות און תּשובֿות ביז די רוסישע געריכט־אַקטן. דאָס װיכטיקסטע בײַ אַזאַ צוגאַנג איז אַרומצונעמען פֿאַרשידענע קולטורעלע שיכטן און סאָציאַלע קלאַסן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט — פֿון די מאָסקװער און סאַנקט־פּעטערבורגער גבֿירים ביז די שטעטלדיקע בטלנים.
נאַטירלעך, פֿאַרנעמען דאָס צענטראַלע אָרט יענע טעמעס, װאָס האָבן אַ שײַכות צום משפּחה־לעבן: דערציִונג, חתונה און גט, געזונט, באַציִונגען צװישן מאַן און װײַב, צניעות. דערנאָך קומט די פּראָפֿעסיאָנעלע ספֿערע: דינסט, בעל–מלאכות, פּױערים אין ייִדישע לאַנדװירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, סטודענטן, געשעפֿטסלײַט. פּאָליטיק, גזירות, פּאָגראָמען, רדיפֿות און עמיגראַציע פֿאַרנעמען אין דער אַנטאָלאָגיע אַ באַשײדן אָרט — בסך־הכּל, בערך צװאַנציק פּראָצענט פֿונעם גאַנצן פֿאַרנעם. יעדער טעקסט װערט באַגלײט מיט אַ קורצער הקדמה װעגן זײַן מחבר, מקור און אַנדערער שײַכותדיקער אינפֿאָרמאַציע, װאָס מאַכט אַ פֿאַרבינדונג מיטן ברײטערן קולטורעל־היסטאָרישן קאָנטעקסט. די מחברים דערקלערן, אַז די דאָקומענטן געהערן צו צװײ פֿאַרשידענע מינים: די „יחידישע קולות‟ און די „באַשרײַבונגען פֿון אַקטיװיטעטן פֿון יחידים און גרופּעס‟. אַזױ אַרום ברענגט מען צונױף צװײ קוקװינקלען, פֿון אינעװײניק און פֿון דרױסן.
אַ שאָד, װאָס מען האָט ניט אַרײַנגענומען קײן בילדער, בפֿרט אַז הײַנט–צו–טאָג האַלט מען דעם װיזועלן שטאָף פֿאַר זײער אַ װיכטיקן היסטאָרישן מקור. דאָס װאָלט ניט נאָר שטאַרק געהאָלפֿן דעם לײענער, נאָר אױך אַנטפּלעקט װיכטיקע נײַע זײַטן פֿון דער ייִדישער טאָג־טעגלעכקײט. דער דאָזיקער דוחק האָט מסתּמא צו טאָן מיט מאַטעריעלע סיבות, אָבער הײַנט־צו־טאָג װאָלט דער פֿאַרלעגער אַװדאי געקאָנט צוגעבן אַ װעבזײַט מיט געהעריקע װיזועלע און קלאַנג־מאַטעריאַלן, לױטן מוסטער פֿון דער ייִװאָ־ענציקלאָפּעדיע „ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע‟.
אַן אַנדער חסרון, װאָס האָט צו טאָן מיטן מעטאָדאָלאָגישן צוגאַנג, איז דאָס מאַנגל פֿון ליטעראַרישע און זשורנאַליסטישע מקורים, און בפֿרט אַ קלײנע צאָל פֿון ייִדישע מאַטעריאַלן. עס איז לגמרי ניטאָ קײן אָפּטײל, װאָס זאָל באַהאַנדלען די ענינים פֿון שפּראַך און ליטעראַטור. אַװדאי, זײַנען אַזעלכע טעמעס װי גײַסטלעכע קראַנקײטן (7 דאָקומענטן), סעקס צװישן מאַן און װײַב (8 דאָקומענטן), „לינקע‟ ליבעס (8 מקורים), פּראָסטיטוציע (10 דאָקומענטן) חשובֿ און טשיקאַװע, אָבער אָט די אַלע ייִדן, אַפֿילו משוגעים און גאַסן־מײדלעך, האָבן דאָך גערעדט אױף עפּעס אַ שפּראַך, און אָפֿט מער װי אײן שפּראַך! װי אַזױ זשע קאָן מען פֿאַרגעסן אין אַזאַ אַספּעקט פֿונעם טאָג־טעגלעכן ייִדישן לעבן, װי די שפּראַך?! אַ היפּשע צאָל ייִדן האָבן געלײענט ביכער און צײַטונגען, װאָס האָבן שטאַרק באַװירקט זײער װעלטבאַנעם און געדאַנקענגאַנג, אָבער קײן מוסטערן פֿון אַזאַ לעקטור געפֿינט מען ניט.
דאָס איז זײער אַ װערטפֿול זאַמלבוך, װאָס װעט זײַן, אַװדאי, ניצלעך פֿאַר אַלע די, װאָס אינטערעסירן זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע. מע קען אָבער שטעלן די פֿראַגע: װי אָביעקטיװ און פֿאַרלאָזלעך איז אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישן לעבן אינעם צאַרישן רוסלאַנד, װאָס דערמאָנט אַפֿילו קײן מאָל ניט דעם נאָמען פֿון שלום־עליכם? דער רוסישער קריטיקער בעלינסקי האָט אָנגערופֿן פּושקינס פּאָעמע „יעװגעני אָנעגין‟ — „אַן ענציקלאָפּעדיע פֿונעם רוסישן לעבן‟. און אױב ס׳איז דאָ אַן ענציקלאָפּעדיע פֿונעם ייִדישן לעבן אינעם צאַרישן רוסלאַנד, איז דאָס די װערק פֿון שרײַבער פֿון יענער תּקופֿה, װאָס האָבן געשריבן אױף ייִדיש, העברעיִש און רוסיש. בפֿרט נאָך, אַז דער ענין פֿון לײענען קומט יאָ פֿאָר סײַ אין די דאָקומענטן און סײַ אין דער הקדמה צו דער אַנטאָלאָגיע. די מחברים דערקלערן, אַז ליטעראַטור האָט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן, אָבער קײן אײן מוסטער פֿון דעם, װאָס די ייִדן האָבן דעמאָלט געלײענט, איז ניטאָ.
אַזאַ מין באַציִונג טרעפֿט זיך ניט זעלטן צװישן ייִדישע היסטאָריקער. זײ קאָנצענטרירן זיך אױף די רעליגיעזע, פּאָליטישע און סאָציאַלע אַספּעקטן פֿון דער געשיכטע, בעת די פֿראַגן פֿון קולטור, ליטעראַטור און שפּראַך בלײַבן װי אָרעמע קרובֿים בײַם רײַכן טיש פֿון דער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט. װי אַזױ אַרײַנצוברענגען די דאָזיקע ענינים אינעם ברײטערן היסטאָרישן בילד, איז אַ װיכטיקע מעטאָדאָלאָגישע אױפֿגאַבע, װאָס נײטיקט זיך אין אַ פֿרישן צוגאַנג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.