ווי זאָגט מען, פֿון עסן לעבט מען קוים. ייִדיש לעבט אויף ווען עס קומט צו הליכות כולו קישקע, זײַנען טאַקע פֿאַראַן בײַ אונדז אין דעם פּרט גרויסע למדנים. נאָך אַלעמען, די גאַנצע מענטשהייט האַלט פֿון דער אכילה, מ’הרגעט זיך און מ’קוילעט זיך צוליבן פֿרעס, כאָטש הונגער באַשטייט נישט אַלעמאָל אין דער פֿרעסאַרניע, קנאה־שנאה איז אויך אַ סימן פֿן הונגער, יענעמס איז אויך אַ מאכל פֿאַרן בײַכל. איינס פֿון די אומצאָליקע ווערטער און ווערטלעך אויף ייִדיש איז אויך אַן “אָכליאַפּ”. דאָ האַנדלט זיך אין אַ מענטשן וואָס כליאַבדזשעט די לאָקשן מיט יויך ווי אַ בורזולע און פֿרעסט ווי אַ זולל־וסובֿא.
פֿאַראַן מענטשן וואָס האָבן אַ קישקע אָן אַ דנאָ, זיי פֿרעסן צעזעצטערהייט. מיר האָבן אַ ווערטל וואָס לאָזט אונדז וויסן, אַז מ’זעט אין די באַקן ווי די צײן קנאַקן. כ’ווייס נישט צי בײַ די אומות העולם איז פֿאַראַן אַזאַ וועלט מיט ווערטלעך ווי מיר ייִדן פֿאַרמאָגן, וואָס שילדערן סײַ די פֿרעסער און סײַ יענע וואָס עסן ווי די מלאכים בײַ אבֿרהם אבֿינו.
איז אַזוי, פֿון דרײַ פֿולע מאָלצײַטן אַ טאָג קומט מען צו אויף דער וואָג. אין אַמעריקע איז אײַנגעשטעלט, מען קאָכט נישט, מ’גייט אַרויס עסן. ווו גייט מען? אין די רעסטאָראַנען. דאָרט טראָגט מען אײַך אונטער די סקאָוואָראָדע גלײַך אין מויל אַרײַן. עס און בענטש און זײַ אַ מענטש.
איך האָב אַ פֿרײַנדינע וואָס יעדן שבת לויפֿט זי אין שיל, נישט חלילה ווײַל זי איז אַזאַ פֿרומע ייִדענע, נישט ווײַל זי וויל הערן ד פּרשה פֿון דער וואָך און אפֿילו נישט דעם ראַבײַס דרשה. דער עיקר, אויב מ’פּראַוועט אַ בר־מצווה, ווערט געגרייט אַ קידוש כיד המלך. דאָ רעדט זיך פֿון בייגל מיט לאַקס ביז פֿיש־סאַלאַטן, פֿון ראָזשינקע־לעקעך ביז סושי, פֿון „דעלי‟ ביז ראָגעלעך, מיט איין וואָרט, זי קומט אַהיים אָנגעפּאַשעט און גיט מיר צו וויסן: „וואָלטסט געדאַרפֿט הערן דעם ראַבײַס דרשה, און דאָס בר־מצווה־ייִנגעלע, ווי ער האָט דאָס דערלאַנגט די הפֿטורה, בילעטן צו נעמען, און דער עולם מתפּללים, כּולו צדקה־פּושקע, ממש אַ גײַסטיקער גענוס.‟
און פֿאַרגעסט נישט, ליבע לײַט, אַז אויף יענעמס שׂמחה ברענגט מען מיט אַ גוטן אַפּעטיט. גייט מען צו אַ ברית — עסט מען. אַ בר־מצווה — עסט מען, אַ חתונה — עסט מען, שבת — עסט מען, יום־טובֿ — עסט מען, זעט אויס אַז אַלץ האָט צו טאָן מיט דער קולינאַרער סדרה פֿון דער וואָך.
זײַט איר אַמאָל געווען פֿאַרבעטן צו אַ באַנקעט, איך מיין אַ „האָלאָקאָסט‟־באַנקעט? הייבט זיך אָן אַ מעשׂה, וואָס סערווירט מען? דער קעלנער באַלאַגערט אײַך ווי אַ רויב־פֿויגל זײַן קרבן, ער רעכנט אויס די מאכלים: צום אַלעם ערשטן די „אַפּעטײַזערס‟ (פֿירגעריכטן): געפֿילטע־פֿיש אָדער „פֿואַ־גראַ,‟ געהאַקטע גענדזענע לעבער הייסט עס, „טשיקן־סופּ‟ (הינדל־יויך) מיט לאָקשן, אָדער מיט קניידלעך אָדער מיט קרעפּלעך, בורקע־באָרשט צי שטשאַוו. ווײַטער, די הויפּט־געריכטן: פֿיש, געבראָטענעם סאַלמאָן, „רעד־סנעפּער‟, אָדער „גריי סאָול,‟ צי גאָר בראַנזיני. „קיש‟ מיט שוועמלעך און שפּינאַט? ס’קען אויך זײַן מיט גרינע ציבעלעך און „ליק‟ (פּאָרע־ציבעלעס). אינדיק, געבראָטן, צי אויפֿן גריל, געפּרעגלט צי געקאָכט? איצט הון, געבראָטן, צוגעפּרעגלט מיט ברויט־ברעזעלעך אָדער געבראָטן? קאַטשקע, זיס און זויער, מיט האָניק צי מיט לימענע? געבראָטן אויפֿן גריל אָדער אין אויוון? געבראָטענע „לעם־טשאַפּס‟ (שאָפֿנפֿלייש), „סטייק‟ — „מעדיום־רייר‟ אָדער האַלב רוי? זיצט מען פּריטשמעליעט פֿונעם וויבאָר.
איצט קומט דאָס געטראַנק: טיי, קאַווע, קאַפּוטשינאָ, קאָקאַ־קאָליאַ, פּעפּסי, „ד״ר בראַון‟ אָדער סעלצער וואַסער? געבעקס: טאָרט מיט טרושקאַווקעס, מיט קאַרשן, פֿערישקעס, מאַלינעס אָדער רובאַרב?
דערווײַל פֿאַרגעסט מען צוליב וואָס מ’איז דאָ אַהערגעקומען. ווען נישט דער “ספּיקער,” איז מען גרייט אַהיימצולויפֿן און צולייגן זיך, אָבער יענער נעמט דעם מיקראָפֿאָן און הייבט אָן אויסצורעכענען ווער ס’האָט זיך באַטייליקט אין דעם „האָלאָקאַסט‟־באַנקעט. ווער ס’האָט בײַגעשטײַערט אַ “דאָניישן,” און ווער וועט צינדן די זעקס ליכט.
די „האָלאָקאָסט סורווײַווערס‟, (די שארית־הפּליטה) שלעפּן זיך קוים צו צו די ליכט, זיי זײַנען שוין אויף דער עלטער און דערצו נאָך אַזאַ באַנקעט, דאַנקען זיי גאָט וואָס דער באַנקעט האָט זיי נישט אַוועקגעלייגט און אַז מ’האָט נישט געדאַרפֿט רופֿן די “פּאָגאָטאָוויע” (אַמבולאַנס). מ’זינגט אָפּ די „התּקוה‟ און מ’צעקושט זיך. מ’ווינטשט זיך צו דערלעבן ביז איבעראַיאָר און בלי־נדר קומען באַלעווען דעם „האָלאָקאָסט‟־באַנקעט.
פֿון דעם דערוויסט מען זיך ווו מיר האַלטן. נישטאָ קיין מאָמענט במשך פֿון טאָג ווו מען פּראַוועט נישט אַ פֿרעס־באַנקעט, צי ס’האָט צו טאָן מיט אַ שׂמחה, צי חלילה מיט אַן עבֿידה. ווער קען דערשלעפּן דעם מאָגן ביז אָוונטצײַט? ווער קען לעבן אָן עפּעס צו קײַען, כאַפּן אַ ביס, אַ נאַש. בײַ יעדער געלעגנהייט עסט מען.
די גויִים זשליאָקען. מיר ייִדן מאַכן קידוש, מ’מאַכט אַ לחיים, מ’דערכאַפּט די נשמה, כאָטש הײַנטיקע צײַטן דרייט זיך דאָס רעדל אַהין און צוריק, ס’הייסט מ’שטייט נישט אָפּ פֿונעם ביטערן טראָפּן.
ווער רעדט שוין צווישן די רוסישע ייִדן, נישט ווײַל די תּורה האָט זיך אין זיי אָנגעצונדן, חלילה, ניין! זיי האָבן פּשוט ליב דעם ביטערן טראָפּן, ביי זיי איז יעדן טאָג פּורים, מ’טרינקט ביז מ’ווייסט נישט דעם חילוק צווישן ארור המן ביז ברוך מרדכי, ווער רעדט שוין פֿון שׂמחת־תּורה. מיטגעברענגט די געוווינהייט אַזש פֿון דעם פֿאַרשנייטן „פֿאָטערלאַנד‟.
מיט איין וואָרט, מיר שעפּן פֿון אַלע זײַטן, מזרח, מערב, צפֿון, דרום, אַבי חי געלעבט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.