די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט פֿאַרטיילט טעקסטן און שול־מכשירים אין די שולן פֿון אָרעמע געגנטן פֿון גאַנצן לאַנד. די פּרעסע האָט ברייט אָפּגעשפּיגלט די אונטערנעמונג, װאָס האָט פֿאַרשאַפֿט פּרעסטיזש דעם ייִדישן ייִשובֿ.
הײַיאָר װעט אויך פֿונקציאָנירן אין דער קהילה מיט אירע פֿיליאַלן אין פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס „סטודיאָ שענקין‟, וואָס אָרגאַניזירט װאַרשטאַטן פֿון מוזיק, טעאַטער, קונסט, טענץ און אַנדערע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען. אויך הײַיאָר װעט דער „ייִװאָ‟ זיך באַטייליקן מיט ייִדיש־קורסן און אַ װאַרשטאַט פֿון ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר. די אַקטיװיטעט ווערט געצילט פֿאַר די יוגנטלעכע צװישן 18 און 30 יאָר, און איז אין גאַנצן אומזיסט.
דער סעקרעטאַר פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, מאַריאָ סאָבאָל, האָט אָפֿיציעל געמאָלדן, אַז די קהילה און דער אַרגענטינער „ייִװאָ‟ האַלטן אין צוגרייטן „די היים פֿון דער ייִדישער אַרגענטינער קולטור‟, אַ פּראָיעקט פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט, װאָס צילט צו פֿאַראייניקן און פֿאַרשטאַרקן די טעטיקייטן פֿון ביידע אינסטיטוציעס, דיגיטאַליזירן און אָפּהיטן די מאַטעריאַלן פֿון דער אַרגענטינער ייִדישער קולטור און אַלע דאָקומענטן, װאָס ביידע אינסטיטוציעס פֿאַרמאָגן װעגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין אַרגענטינע.
אין בוענאָס־אײַרעס פֿונקציאָנירט די איינציקע פֿאַבריק פֿון מצות אין לאַטײַן־אַמעריקע. די משפּחה־אונטערנעמונג פֿון דער משפּחה יאַנאָװסקי איז דערעפֿנט געװאָרן אין 1905 און איז געװאָרן אַ מאָדערנע מוסטער־פֿאַבריק. זי איז לעצטנס באַערט געװאָרן דורך דעם עקאָנאָמיע־מיניסטעריום װי אַן עמפּרעזע, װאָס עקספּאָרטירט ניט־קאָנװענציאָנעלע פּראָדוקטן.
דעם 18טן מאַרץ 1992 איז אויפֿגעריסן געװאָרן די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס. דער אַטענטאַט האָט אָפּגעקאָסט דאָס לעבן פֿון 29 מענטשן און איבער 200 פֿאַרװוּנדעטע. דער ייִשובֿ האָט לעצטנס דערמאָנט די טרויעריקע דאַטע מיט 2 אַקטן. מאָנטיק דעם 17טן מאַרץ האָט די יוגנט אָרגאַניזירט אַ טרויער־מאַרש מיט פֿאַקלען; אויף ספּעציעל צוגעגרייטע טאָװלען האָבן די אָנװעזנדיקע געקענט צייכענען הערצער מיט דעם אויפֿשריפֿט „די הערצער קלאַפּן נאָך‟ און „דאָ האָט מען געלעבט‟.
מען האָט אָרגאַניזירט פֿאַרשיידענע װאַרשטאַטן און אָנגעצונדן יזכּור־ליכט. עס האָבן גערעדט: אַ יוגנטלעכער, װאָס איז געבוירן געװאָרן נאָכן אַטענטאַט, דער טאַטע פֿון אַן אומגעקומענער און די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין, דוריתּ שבֿיט. דער אַקט, װאָס האָט פֿאַרזאַמלט אַ 1,000 יוגנטלעכע, איז געשלאָסן געװאָרן מיט אַ פּאָפּולער שפּאַניש ליד „באַערן דאָס לעבן‟, װאָס דער עולם האָט מיטגעזונגען.
דינסטיק האָט דער צענטראַלער אַקט פֿאַרזאַמלט אַ גרעסערן עולם אויפֿן פּלאַץ, װוּ עס איז געשטאַנען דער בנין פֿון דער אַמבאַסאַדע. די 29 ביימער, פֿאַרפֿלאַנצט אויפֿן פּלאַץ, דערמאָנען די קרבנות. עס האָבן גערעדט דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקע פֿון ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום און די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין; עס האָבן זיך אויך באַטייליקט דער אַרגענטינער יוסטיץ־מיניסטער כוליאָ האַלאַק, נאַציאָנאַלע אויטאָריטעטן, ריכטערס, דעפּוטאַטן פֿון אַלע ריכטונגען און דעלעגאַציעס פֿון פֿאַרשיידענע שולן און אינסטיטוציעס פֿונעם גאַנצן לאַנד, און משפּחות פֿון די אומגעקומענע.
די אָפּאָזיציע האָט צונויפֿגערופֿן אין פּאַרלאַמענט אַן עפֿנטלעכע זיצונג, װאָס איז געשטיצט געװאָרן פֿון פֿאַרשיידענע ריכטונגען און האָט געפֿאָדערט צו אַנולירן דעם אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך מיט איראַן.
דער אַרגענטינער פֿילם „די אַנדערע װערדע‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן דעם לעצטן מיטװאָך. דער פֿילם באַהאַנדלט דאָס לעבן פֿון אַ ספֿרדישן ייִד, קאָמיסאַר פֿון דער אַרגענטינער פּאָליציי, װאָס לייקנט ניט זײַן אָפּשטאַם און פֿאַרטיידיקט די ייִדן קעגן דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם אין קרײַזן פֿון דער פֿעדעראַלער פּאָליציי. מאַרטאַ װאָלף, װאָס האָט שוין פּראָדוצירט אַ פֿילם װעגן ייִדן אין האַרבין, און דני זאַלצמאַן, װאָס האָט געזאַמלט די אינפֿאָרמאַציע, זײַנען די רעזשיסאָרן, און זײַנען בײַגעװען בײַ דעם אָװנט און געשמועסט מיטן עולם.
דער קאָמיסאַר לויִס אַניבאַל פֿוענסאַלידאַ, װאָס איז אויך בײַגעװען, האָט דערציילט, אַז װען ער איז געװען אַ קינד, האָט ער געהערט װעגן שמעון װיזענטאַל, און ער האָט בײַ זיך באַשטימט, אַז ער װעט אַרײַן אין דער פּאָליציי צו כאַפּן נאַציס. זײַן קינדערישער חלום איז פֿאַרװירקלעכט געװאָרן אין 2005, װען ער האָט אַרעסטירט אין בוענאָס־אײַרעס דעם נאַצי פּאַול שאַפֿער־שנײַדער, װאָס האָט אין טשילע געשאַפֿן די נאַצישע קאָלאָניע „װערדע‟.
דער קאָמיסאַר פֿוענסאַלידאַ האָט באַקומען אַ סך אויסצייכענונגען אין זײַן קאַריערע און איז אַן אַקאַדעמיקער אין דער אַרגענטינער אַקאַדעמיע פֿון אינטערנאַציאָנאַלע ענינים; ער איז דער שעף פֿון אינטערפּאָל אין אַרגענטינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.