פּורים איז אַלע מאָל פֿון די פּאָפּולערסטע יום־טובֿים בײַ ייִדן, און ס’איז נישט קיין וווּנדער — ווער דען וויל זיך נישט פֿרייען, פֿאַרשטעלן און זיך אָנשיכּורן אָן קיין שום איבערקלערן, ס’איז דאָך אַ בפֿירושע מיצווה!
און אַזוי ווי הײַיאָר איז פּורים אויסגעפֿאַלן אויף אַ זונטיק, איז דער אויסוואַל פֿון פּורים־מסיבות געווען נאָך אַ גרעסערער, ווי געוויינטלעך. יעדע קהילה און יעדע שטאָט האָט דאָך איר ווערסיע פֿאַרן פֿריילעכן יום־טובֿ און אירע שיינע מינהגים. לאָמיר כאַפּן די געלעגנהייט און אַ ביסל רעדן וועגן אַ פּאָר קהילות און קולטור־צענטערס, און זייערע אַקטיוויטעטן אַרום פּורים און אויך בכלל.
דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער איז אין גאַנצן אַ וועלטלעכע געזעלשאַפֿט, פֿונדעסטוועגן, האָט מען זונטיק אין דער פֿרי געקענט דאָרטן הערן אַ באַזונדערע פֿאָרלייענונג פֿון דער מגילה אויף ייִדיש און דעם ערשטן קאַפּיטל אויך אויף לשון־קודש מיט די טראַדיציאָנעלע אַשכּנזישע טעמים.
דעם ייִדישן טעקסט האָט געלייענט פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס אין יהואשעס איבערזעצונג. פּראָפֿעסאָר ראָסקעס איז, דער עיקר, באַקאַנט פֿאַר זײַנע וויכטיקע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר ווײַזט אויס, אַז ער האָט אַנדערע באַהאַלטענע טאַלאַנטן, וואָס ס’איז גאָר כּדאַי זיך צו באַקענען מיט זיי. צו דער פֿאָרלייענונג איז ער געקומען פֿאַרשטעלט ווי אַ פּאַיאַץ, ממש ווי אַן אמתער פּורים־שפּילער. יעדע געשטאַלט פֿון דער מגילה האָט ער צוגעפּאַסט אַן אַנדער אַרויסרעד, וואָס זאָל אויסדריקן עפּעס וועגן איר כאַראַקטער און וואָס זאָל האָבן אַ שײַכות מיט דער נײַערער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק. ער האָט טאַקע באַוויזן גאָר קונציק צו זשאָנגלירן צווישן די פֿאַרשיידענע אַקצענטן און העלדן פֿון דער מגילה. המן־הרשע, למשל, האָט בײַ אים גערעדט מיט אַ גאָר שטאַרקן דײַטשן אַקצענט, און אסתּר־המלכּה דווקא מיט אַן ענגלישן אַרויסרעד. פּראָפֿעסאָר ראָסקיס האָט שפּעטער דערקלערט, אַז מיט דעם האָט ער געוואָלט דערמאָנען די מעשׂה פֿון מאָניקאַ לעווינסקי, וואָס איז לויט אים אַ נישט אַזוי געלונגענע מאָדערנע ווערסיע פֿון אסתּר.
אַן אַנדער אינטערעסאַנט אָרט, וווּ מע האָט געקענט פּראַווען פּורים הײַיאָר איז בײַ דער ליבעראַלער „קהילת גשר‟. „גשר‟, מיינט אַ בריק אויף העברעיִש, און די קהילה נעמט זיך אונטער צו שאַפֿן אַ בריק צווישן עטלעכע וועלטן: צווישן אַשכּנזים און ספֿרדים, צווישן מאָדערנעם וועלטלעכן לעבן און דער ייִדישער ירושה, און דער עיקר — צווישן ענגליש־רעדנדיקע און פֿראַנצייזיש־רעדנדיקע ייִדן, אַ זעלטענע זאַך אין פֿראַנקרײַך.
די קהילה פּראַוועט איצטער איר 20סטן יובֿל, און לכּבֿוד דעם וועט פֿאָרקומען דעם זונטיק, דעם 23סטן מאַרץ, אַ גרויסער קאָנצערט פֿונעם קלעזמער אַלעקסי קון און אַנדערע מוזיקער פֿון דער קהילה. זיי וועלן שפּילן און זינגען לידער אויף ייִדיש, דזשודעזמע און העברעיִש.
נאָך אַן אינטערעסאַנט אָרט, וואָס מע האָט געקענט אַנטדעקן פּורים־צײַט, און וואָס איז בכלל כּדאַי צו וויסן וועגן דעם איז דער Café des Psaumes אָדער „תּהילים־קאַפֿע‟ אין פּאַריז. דאָס איז אַ געזעלשאַפֿטלעכער קאַפֿע, וואָס געפֿינט זיך אויף דער ראָזיע־גאַס; מן־הסתּם די באַרימטסטע גאַס אין דער אַמאָליקער ייִדישער געגנט „דאָס פּלעצל‟, וואָס איז הײַנט מער באַקאַנט ווי דער „מאַרע‟.
דער קאַפֿע איז אַ טרעף־אָרט און אַ קולטור־צענטער פֿאַר עלטערע לײַט און זייערע משפּחות. מע קען ווערן אַ מיטגליד, אָדער סתּם קומען פֿון צײַט צו צײַט. לכּבֿוד פּורים האָבן זיי אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלן פֿאַרקויף פֿון שלח־מנות, וואָס זענען צוגעגרייט געוואָרן דורך אַן ESAT — אַן אַנשטאַלט, וועלכע באַשעפֿטיקט אינוואַלידן, וואָס ס’איז זיי שווער צו געפֿינען אַן אַרבעט ערגעץ אַנדערש וווּ. קויפֿנדיק אַזאַ שלח־מנות, האָט מען געקענט אין דער גלײַכער צײַט משׂמח זײַן עמעצן מיטן זיסוואַרג און טאָן אַ מיצווה, העלפֿנדיק דער ESAT פֿאַרדינען געלט.
דער „תּהילים־קאַפֿע‟ האָט אַ רײַכע פּראָגראַם יעדן סוף-וואָך און איז, אַחוץ דעם, אָפֿן יעדן נאָכמיטאָג. דעם זונטיק פֿאַרבעטן זיי די אויטאָרין זשאַנין גערסאָן צו רעדן וועגן איר נײַ בוך „בעלאַ‟.
די נאַראַטאָרין פֿון בוך, מאַריאַן, בעט איר אַלטע מאַמע בעלאַ צו דערציילן וועגן איר לעבן: די קינדהייט אין גריכנלאַנד; די פֿראַנצייזישע שול פֿון „אַליאַנס‟; די אימיגראַציע קיין פֿראַנקרײַך; די אַרבעט אין אַ ניי־וואַרשטאַט, אין פּאַריז פֿון די דרײַסיקער יאָרן, און דערנאָך די מלחמה־יאָרן מיט די דעפּאָרטאַציעס און די לאַגערן. דורך איר מאַמעס געשיכטע ווערט מאַריאַן ביסלעכווײַז אַרײַנגעצויגן אין דער משפּחה־געשיכטע און הייבט אָן צו פֿירן אַן אמתע אַנקעטע, כּדי צו געפֿינען פֿאַרלוירענע שוועסטערקינדער. זי פֿאָרט צוריק אין דאָרף, וווּ זי איז געווען באַהאַלטן בשעת דער מלחמה.
זשאַנין גערסאָן איז אַ זשורנאַליסטקע וואָס פֿאַרנעמט זיך לאַנגע יאָרן מיטן קאָלעקטיוון און פּריוואַטן זכּרון. זי דערקלערט, אַז „מע אַוואַנסירט בעסער אין לעבן, ווען מע ווייסט פֿון וואַנעט מע קומט‟. איר בוך האָט געוווּנען דעם אַלבערטאָ בענוועניסטאָ פּרײַז פֿאַר ביכער וועגן ספֿרדישע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.